בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שיר השירים פרק א ב ג ד ה ו ז ח - רות פרק א ב ג ד - איכה פרק א ב ג ד ה - קהלת פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב - אסתר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י    

א. אז מרדכי האט ערפארן[1] וואס עס איז געשען, האט ער צעריסן זיינע קליידער, און האט זיך אנגעטאן א זאק, און זיך באשאטן מיט אש, און איז ארויס אין שטאט, און האט ביטער געשריגן.
ב. אזוי איז ער געקומען ביז פארן קייזערלעכן הויף, דען עס איז געווען פארבאטן אריינצוקומען אין קעניגלעכן הויף איינגעהילט מיט א זאק.
ג. און אזוי איז געווען אויך אין אלע לענדער וואו דער קעניגלעכן אוקאז (= באפעל) איז אנגעקומען, א גרויסער טרויער ביי די יידן, מען האט געפאסט, געוויינט, און געקלאגט, אין זעק און אש האבן זיך די גרעסטע געוואלגערט.
ד. אסתר קאמער פרויען און איר באדינטע (= באדינערינס) זיינען געקומען, און האבן איר דערציילט אז מרדכי גייט אין א זאק, האט זיך די קעניגן שרעקלעך דערשראקן, און האט גלייך (= באלד) געשיקט קליידער אנצוקליידן מרדכי'ן, און מען זאל אים אויסטאן דעם זאק, אבער מרדכי האט נישט געוואלט אננעמען.
ה. האט אסתר גערופן התכ'ן וועלכער איז געווען איינער פון די קעניגלעכע באדינטע (= באדינערס[2]), וועלכער דער קעניג האט איר צו באדינען געגעבן, און האט אים באפוילט צו דערגיין (= געפינען) די אורזאך ביי מרדרכי'ן וואס דאס באטייט.
ו. איז התך ארויס צו מרדכי'ן אויף דעם גרויסן פּלאץ וועלכער איז פאר דעם שלאס טויער.
ז. האט אים מרדכי דערציילט וואס עס האט מיט אים געטראפן, אויך פון דער באשטימטער סומע געלט וואס המן האט פארשפּראכן[3] (= פארזיכערט) אריינצוטראגן אין דער קעניגלעכער קאסע, און מען זאל די יידן פארטילקן.
ח. און די קאפּיע פון קעניגלעכן אוקאז וואס מען האט אויסגעטיילט אין שושן די יידן צו פארטילקן, האט ער התכ'ן געגבן, אום דאס ווייזן אסתר'ן און איר אלעס דערציילן, און איר באפעלן אין זיין נאמען: גיין צו געניג בעטן שוץ און גענאדע פאר איר פאלק.
ט. איז התך צוריקגעגאנגען צו אסתר'ן און האט איר איבערגעגבן מרדכי'ס ווערטער.
י. האט אסתר געזאגט התכ'ן, ער זאל איבערגעבן מרדכי'ן.
יא. אלע קעניגלעכע דינער און אלע אונטערטהאנען ווייסן, דאס דער יעניקער מאן אדער פרוי, וועלכער וואגט אריין צו גיין צום קעניג אין זיין אינעווייניגסטן הויף אומגערופן, מוז ער לויט דעם אלגעמיינעם געזעץ שטארבן, אויסנעמלעך אז דער קעניג דערלאנגט אים זיין גאלדענע רוט, דאן בלייבט ער לעבן. און איך בין שוין נישט גערופן געווארן צום קעניג זייט דרייסיק טעג.
יב. אלעס מען האט אסתר'ס אנטווארט[4] (= ענטפער) איבערגעגבן מרדכי'ן.
יג. האט מרדכי געהייסן אסתר'ן זאגן: זאלסטו זיך נישט איינבילדן אז אין קעניגלעכן פּאלאץ וועסט דו פון געפאר גערעטעט (= געראטעוועט) ווערן איינע פון אלע יידן.
יד. דען ווען דו וועסט יעצט שווייגן און נישט בעטן דעם קעניג, וועלן יידן באקומען הילף און רעטונג פון אן אנדער קוועלע, אבער דו ווייל דו האסט נישט געבעטן, און דיי פאטערס פאמיליע וואס צוליב זיי איז געווארן די צרה, וועלן געוויס פארלוירן גיין, און ווער ווייסט פילייכט[5] (= אפשר) ביסטו קעניגן געווארן נאר צוליב דיזער (= דער) צייט, צו העלפן די יידן.
טו. האט אסתר באפוילן איבערצוגעבן מרדכי'ן.
טז. גיי פארזאמל אלע יידן וואס געפינען זיך אין שושן, און פאסט פון מיינטוועגן, און איר זאלט נישט עסן און טרינקען ביז דריי טעג, נישט בייטאג און נישט ביינאכט, און איך און מיינע יונג פרויען וועלן אויך פאסטן, און דאן וועל איך קומען צום קעניג אומגעזעצלעך, און ווען איך בין פארלוירן, וועל איך פראלוירן גיין.
יז. איז מרדכי ארומגעגאנגען די גאנצע שטאט, און האט געזען עס זאל געטאן ווערן ווי אסתר האט אנגעזאגט.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. אז מרדכי האט ערפארן: שטאמט פון דייטש Erfahren. אין יידש זאגט מען: אז מרדכי האט זיך דערוואסט.
  2. ס'דא וואס זאגן אין יחיד באדינטער. און אין רבים באדינטע. און ס'דא וואס זאגן אין יחיד באדינער, און אין רבים באדינערס.
  3. שטאמט פון דייטש Versprechen.
  4. שטאמט פון דייטש Antwort.
  5. שטאמט פון דיישט Vielleicht.