אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד קסו

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


ב"ה, יום ה' יד מנ"א ה'תש"ד
הנכבד והנעלה מר צבי שי' פאלמער

שלום וברכה!

צוערשט וויל איך זיך אנטשולדיגן, וואס איבער אומאפהענגיקע פון מיר סבות, האב איך ביז יעצט ניט געענטפערט אויף אייער בריוו.

א) איך בין איינשטימינג מיט אייך, אז יעדער פון אונז האט זיך זיינע "ברילן" דורך וועלכע ער באטראכט אלץ, איך פארשטיי נאר ניט, פארוואס איר דענקט אז דאס איז נאר ווען מען קוקט אויפן עבר, איך רעכען אז א סאך מער ווענדט מען אן די "ברילן" ווען מען באטראכט דעם "יעצט" איינפאך דערפאר ווייל דער הוה בארירט מער דעם אייגענעם לעבן, איז דערפאר שווערער אפצושאצן עם לויט דעם ריינעם אמת, ניט צומישענדיג דערביי אייגענע פניות און אהבת- עצמו.

ב) וואס איז די עצה אויף אויסמיידן א טעות פון די אייגענע "ברילן" אין דעם אפשאצן א פאסירונג פון עבר?

דער זיכערסטער וועג איז זיך איינטיפן אין די ווערטער פון דעם וואס דערציילט די פאסירונג, און וועלכער האט געלעבט, אומגעפאר, אין דער זעלבער צייט, און אויב דאס איז ווייניק, צוניצן די דערקלערונגען פון מענטשן וואס זיינען געווען אמנאענטסטן צו דער צייט פון דער פאסירונג.

דערפאר, אויף צו פארשטיין ריכטיק דעם מיין פון ר' שמעון בן אלעזר'ס (שבת קל, א) ווערטער אז תפילין לא מסרו ישראל כו', האב איך זיך אפגעשטעלט אויף א אינגאנצן ניט פארשטאנדלעכע זאך - אויפן ערשטן בליק - דארט אין גמרא: ר' שמעון זאגט דוכט זיך זייער קלארע ווערטער א) אז אויף תפילין האט מען זיך ניט מוסר נפש געווען למיתה ב) אז תפילין איז "מרופה" בא יידן. איז וואס דארף די גמרא האבן דערקלערונגען אויף דעם: "דאמר רבי ינאי" א.ז.וו. – מ'האט געדארפט א קוק טאן וואס עם טוט זיך ביי יידן מיט תפילין, וואלט מען געזען צי עס איז מרופה צי ניט, און אז ר"ש דערציילט אז לא מסרו כו', איז וואס גיט אונז צו די דערציילונג פון אלישע בעל כנפים אין פארשטארקן ר"ש דערציילונג (ווען די גמרא ברענגט א ראי', איז דאס אויף פארשטארקן א מיינונג, א טייטש, א דערקלערונג, אבער ניט אויף באווייזן, אז דאס וואס א תנא אדער אמורא דערציילט, האט ווירקלעך אזוי פאסירט).

דערפאר מוז מען אנקומען צו א דערקלערונג אין דעם, האב איך באנוצט די ערקלערונגען פון רש"י אדער תוספות - וואס האבן געלעבט 500-600 יאר אפגערוקט פון גמרא און וועלכע האבן באקומען די פירושים פון פשט הגמרא דורך ר' גרשום מאור הגולה א.ז.וו. פון בבל וואו דער ש"ס איז געשריבן געווארן - וואס לויט דעם, ווערט קלאר צוליב וואס די גמרא ברענגט: דאמר ר' ינאי א. ז. וו. - אויף צו פארשטיין ר' שמעונ'ס ווערטער ניט ווי דער אויבענאויפיקער טייטש, נאר דעם ריכטיקן מיין: א) אין וואס האט זיך אויסגעדריקט דער לא מסרו נפשם למיתה ב) וואס הייסט "מרופה בידם".

- אלעס לויט ווי געבראכט אין פאריקן בריוו.

ג) איך האב געבראכט דעם מאמר פון ר' שמעון, אלס אילוסטראציע 1) וואס פאר אפציאונג די מצות תפילין פאדערט צו זיך, 2) ווי, בשעת עס האט באדייט זיכערע טויט שטראף, האט מען דאך מקיים געווען די מצוה, און אויף אזוי פיל אז איינציגע פלעגן עס טראגן אפילו אין קאפ און א גאנצן טאג - (זע פאריגן בריוו)

ד) איר שרייבט: אין אמעריקע האלטן אלע פון מילה אבער אסאך זיינען ניט מקיים די מצוה פון תפלין רעכענט איר: דאס האט געמיינט ר' שמעון אז מילה איז ניט מרופה אבער תפלין איז יא מרופה.

ווי געזאגט, לויט מיין מיינונג, באזירט אויף די פירושים פון מענטשן וואס זיינען געווען נעענטער פון אונע צו דער צייט פון ר' שמעון אויף 900 יאר, מיינט ר' שמעון מרופה - שוואך, ד. ה. ניט אזוי שטארק ווי זי האט געדארפט זיין און ווי אויבענגעשריבן.

איך קען אבער איינשטימען מיט אייך אין פאלגענדעם - וועל קלאר מאכן דורך א ביישפיל: מענטשן גייען צוזאמען אין וועג, איינער איז אין דער פינצטער אראפ פון וועג, פארבלאדנזשעט, ביז אין א צייט ארום האט ער זיך געכאפט, אז ער געפינט זיך אין א מיטן וואלד וואו עם זעט זיך ניט קיין וועג, הויז, מענטש א. ז. וו.

ווי איז דאס פארגעקומען, מ'שפרינגט ניט אריבער גלייך פון מיטן גרויסן וועג אין דער טיפעניש פון געדיכטן וואלד, נאר פריער איז ער אראפ פון וועג אויף א אינטש, דערנאך איז צוגעקומען נאך א אינש, און מיט דער צייט איז מען אין א טיף געדיכטן וואלד. דאס זעלבע אין אונזער ענין:

דערפון וואס אין די צייטן פון ר' שמעון, איז מען געווען שוואך, אז מ'האט געטראגט תפלין אין דער היים אבער ניט געגאנגען למיתה אויף טראגן אין גאס א גאנצן טאג, איז אפשר אינטש בא אינטש געקומען בא אטייל יידן די איצטיקע לאגע.

אבער איך פרעג אייך: אויב מ'וועט קוקן אויף די געמישטע הייראטן פון א געוויסן טייל מענטשן, אויף די באוועגונג אין דער פארם פון גלח וראבאי בשבת און זונטאג, אויף די סעמינארן - ישיבות וואו מ'לערנט אויף רב וגלח צוזאמען, אויף דעם ראבאי, וואס הונדערטער טויזענטער אמעריקאנער יידן האלטן עם פאר א פירער און ער שענקט אוועק א מנורה וואס איז געווען הונדערטער יארן אין א בית מדרש – אין אטשערטש (= כנסיה) און בארימט זיך דערמיט אין אלע צייטונגען און בלייבט ווייטער פירער - אויב איר וועט צוזאמענקלייבן אלע "טשעמפיאנעס" וואס אמעריקע פארמאגט אויף די געביטן - וואס וועט בלייבן פון יידישן פאלק ביי אונזערע קינדער?

מיט בעסטע וואונטש ובברכת לאלתר לתשובה - לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל

איר דערמאנט אין אייער בריוו דעם פראנצויזשן פילאזאף וואלטער[1] - זיין לעבן וואס ער האט געפרעדיקט און זיין פערזענלעכן אויפפירונג בין אדם לחבירו, איז איינער פון די בעסטע אלוסטראציע אויף וויפיל מען מוז האבן די הארמאניע פון קאפ און הארץ (תאוות) - ווי אנגעדייט אין פאריקן בריוו - און צו וואס עס ברענגט, אויב די הארמאניע איז ניטא.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. עיין וויקיפעדיע וואלטער בנימין