אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד נו

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


ב"ה, א, אדר ב,, תש"ג
זייער געערטע פרעזידענטין, מרת ב. שיפרין,
און חשובע מעמבערינס פון זעמבינער גמילת חסד
ליידיס עקזילערי,
ברוקלין

שלום וברכה!

מיס גרויס דאנק באשטעטיקן מיר די דערהאלטונג פון אייער ביישטייערונג אין דער סומע פון 10$, לטובת דער בית רבקה מיידעל- שול פון טשעסטער סטריט, וועלכע איז איינע פון א ריי מיידעל- שולן וועלכע זיינען געגרינדעט געווארן פון מרכז לעניני חינוך. מיר האפן, אז דאס איז ניט אן איינמאליגע אדער צופעליגע הילף, נאר אן אנהויב פון א שטענדיגע אינטערעסירונג און מיטהילף אין דער וויכטיגער און הייליגער ארבעט פון דער בית רבקה שול - אן אינסטיטושאן געווידמעט דער סריי-אידישער דערציאונג פון אידישע טעכטער.

זייער געערטע פרויען! אין דער איצטיגער שווערער צייט פאר אונזער פאלק ישראל, דארפן מיר געדענקען וואס עם האט זיך געטאן אין די צייטן פון דעם ערשטן המן, וועלכער איז אויפגעשטאנען געגן די יידן.

די וועלכע האבן דאמאלס געבראכט מיט דעם אויבערשטענס הילף א מפלה אויף המנ'ס זיינען געווען א פרוי און א מאן: אסתר און מרדכי.

אסתר האט ניט געקוקט אויף דעם וואס איר איז געווען גוט און זי איז ניט געווען אין סכנה, נאר זי האט איינגעשטעלט איר לעבן אויף ראטעווען אירע ברידער און שוועסטער.

אבער פאר'ן גיין אפשרייען די גזירת המן האט זי געזאגט צו מרדכי'ן: "לך כנוס את כל היהודים" – גיי קלייב צוזאמען אלע יידן מ'זאל תפלה טאן.

דערציילן אונזערע חכמים, אז מרדכי האט צוזאמענגעקליבן צעננדליקע טויזענטע אידישע קינדער און מיט זיי געלערנט תורה.

אין דער איצטיגער עת-צרה, ווען עם איז ווייטער געקומען א גרויסער המן, וועט דער המן אויך זיכער האבן א ביטערן סוף, און בא יידן וועט זיין אורה ושמחה, אבער יעדערער פון אונז דארף ארבעטן אויף דעם אז עס זאל קומען וואס שנעלער.

יעדע יידישע פרוי דארף ארויס מיט דער לאזונג: "לך כנוסן זאמלט צוזאמען יידישע קינדער און יוגנט! האדעוועט זיי אין א גייסט פון מסירת נפש פאר יידישקייט און תורה! מיר פרויען, וועלען ב"ה זען, אז די מיטלען אויף אויפצוהאלטן די מוסדות זאלן ניט פעלן! אבער זאלן אונזערע זין און טעכטער זיין יידן, יידישע תורה-טרייע יידן!"

דורך אזא ענטשלאסענהייט קומט א מפלה אויף די המנ'ס פון אלע צייטן גאר שנעל.

זייער געערטע פרויען! זעט אז אייערע טעכטער זאלן אויך גיין אין אייערע טריט, דורך באקומען די ריכטיקע תורה-טרייע דערציאונג אין די פאסענדע חנוך-אנטשטאלטן זעט אז די דאזיקע מוסדות זאלן האבן די מעגליכקייט צו עקזיסטירן און פארגרעסערן די צאל פון זייערע תלמידות, אזוי אז קיין יידישע טאכטער זאל ניט בלייבן אויסווייניק, אין די בית רבקה שולן ווערען אידישע טעכטער דערצויגן אלס שטאלצע, יידישע תורה-טרייע, שוועסטער, פרויען - די מוטערס פון קומענדיגן דור, און דערפאר, מיט העלפן די בית רבקה שולען העלפט איר פארזיכערן אונזער יוגנד, אונזער צוקונפט, און בזכות זה וועלען מיר זוכה זיין צו זען די מפלה פון דעם איצטיקן המן גאר אינגיכן, און צו די ריכטיקע אורה ושמחה.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה,

בשם הרב מנחם שניאווסאהן
יו"ר ועד הפועל
נ. מינדעל, מזכיר