אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד עד
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו
ב"ה כ"ח אייר, תש"ג
למערכת החבר
שלום וברכה!
צו דעם שבועות און יובילעי נומער פון "חבר" וויל איך דא שרייבן א פאר ווערטער.
דער יום-טוב וואס האט זיין נאמען ,שבועות" ווייל "שבעה שבועות תספר לך" – זיבן וואכן זאלסטו ציילן, איז גראדע דעם טאג פון יום-טוב אליין ציילט מען ניט. די אלע טעג ביז עם אבער מוז מען ציילן און דאן ערשט איז יום-טוב. און וואס דאס איז איינער פון די חלוקים אין די שלש רגלים: חג המצות און חג הסכות זיינען אין דער תורה פארבונדן מיט א באשטימטן טאג אין חודש, שבועות אבער ווערט אין דער תורה אנגעצייכענט אלט דער פופציגסטער טאג פון אנהויב ציילן (עיין ראש השנה ו, ב).
וואס קענען מיר אפלערנען דערפון?
- * *
שבועות איז דער יום-טוב ווען דער אויבערשטער האט אונז געגעבען די תורה.
פאר מתן תורה האט מען אויך געלערנט תורה, ווארום שוין דער ערשטער איד אברהם אבינו איז געווען זקן ויושב בישיבה און אזוי אויך אלע דורות נאך עם (יומא כ"ח:). אבער דאן איז מען געווען אינו מצווה ועושה, מען האט געלערנט מיט אייגענע כחות, ניט האבענדיג נאך דעם ציווי אויף דעם, האט מען געקאנט שטייגן נאר לויט די אייגענע כחות, און אפילו די וואס האבן געהאט גרויסע כחות זיינען געשטיגן העכער און נאך העכער אבער – דאך אלץ מיט א גבול, ווארום יעדער נברא איז דאך באגרעניצט.
איז געקומען מתן תורה האט דער אויבערשטער געזאגט (שמות רבה פי"ב): התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים ואני המתחיל, דורך דערויף וואס אני המתחיל, וואס איך גיב זיך אייך אפ מיט דער תורה (שמ"ר פל"ג) וועט איר קאנען שטייגן למעלה מעלה בלי גבול.
און נאך איינס – נאך מתן תורה קענען דאס אלע, סיי א קטן דעה סיי א גדול בדעה, ווייל יעדער איד האט זיין חלק אין דער תורה.
דערפאר ווערט עס אויך אנגערופן מתן תורה – לשון מתנה – ווארום אזא תורה מיט מאור שבתורה קענען באקומען נור במתנה און ניט אויסהארעווען מיט אייגענע כחות.
- דערמיט פארשטייט מען אויך פארוואס משה רבינו בהר סיני הי' לומד תורה ושוכח אז לסוף אמר איני יודע דבר, ביז וואנעט דער אויבערשטער נתן לו במתנה (שמ"ר פ' מ"א. וראה באלשיך) כאטש מיר ווייסען (יומא כ"ח:) אז מימיהם של אבותינו לא פסקה ישיבה מהם, היו במצרים ישיבה עמהם שנא' לך ואספת גו' אז משה האט אסך צענדליקע יארן פריער געלערנט תורה. –
א מתנה גיט מען אבער ניט יעדערען מ'דארף דאס זיין ווערט, ואי לאו דעבד נייחא לנפשי' לא יהיב לי' מתנתי'.
מיט וואס האבן אידן פארדינט די מתנה?
דורך דעם קיום התורה והמצוות פון זייערע אבות וואס בזכות האבות ניתנה תורה (שמות רבה רפכ"ח), און די הכנה איז געווען דאס וואס יידן זיינען ארויס פון מצרים ערות הארץ און געציילט די טעג ווען וועלען זיי שוין מקבל זיין די תורה און געגרייט זיך צו דעם (מדרש הובא ר"ן שלהי פסחים, עייג"כ זהר ח"ג דף צ"ז).
- * *
און דאס אלץ דארפן מיר אלעמאל געדענקען: מ'דארף געדענקען אז לערנענדיג תורה לערנט מען תורת ה' און ס'דארף זיין דער ברכו בתורה תחלה - ברוך אתה ה' נותן התורה - לשון הוה, דער אויבערשטער גיט די תורה איצט אין דעם מאמענט ובמתנה פונקט ווי בא מעמד תר סיני, וואס דערפאר דארף זיין מה להלן באימה ביראה ברתת ובזיע אף כאן באימה ביראה ברתת ובזיע (ברכות כב.). ס'דארף זיין יראת חטאו קודמת לחכמתו וואס נאר דאמאלט איז חכמתו מתקיימת (אבות פ"ג מ"ט). דאן דארף מען ציילן הארעווען און ליכטיק מאכן אין די אלע ניין און פערציק שערי בינה וואס דער מענטש קען צו זיי דערגרייכן מיט אייגענע כחות, און דורכדעם אלעס איז ער זוכה צו תספרו חמשים יום, אז אין לערנען תורה ווערט ביי אים וד' עמו שהלכה כמותו בכל מקום (סנהדרין צג:), ער לערנט און איז מכוון צום אמת לאמתו. און אין עבודת וידיעת ה' גיס מען מלמעלה הארות נעלות ביותר [יעויין ר"ן נדרים לח, א, רמב"ן תחלת פי' עה"ת ועוד. ואף דאמרז"ל (נדרים שם) חסר אחד שנאמר ותחסרהו מעט מאלקים, הנה כבר אמרו (ע"ז ה, א) אלמלא הן לא חטאו כו' אני אמרתי אלקים אתם].
- * *
שטעלענדיק זיך אלס ציל - מיט דער גרינדונג פון דער צייט-שריפט "חבר" - צו דערגרייכן אויך אין הייזער וועלכע זיינען ביז איצט געווען ווייט פון אידישקייט, דארף מען געדענקען: אז ווי ווייט א איד זאל זיך ניט געפינען און ווי טיף ער זאל ניט פאלן קען ער ארויס מאפילה לאור גדול, מ'טאר זיך פון עם ניט מייאש זיין און מען דארף אויך עם זאגן אז ער טאר זיך ניט מייאש זיין.
מען דארף עם דערציילן, אז אני ד' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארמ"צ, דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו העלפט עם און ציט עם ארויס פון זיין גראבקייט, פונקט ווי ער האט ארויסגענומען די יידן פון מ"ט שערי טומאה אין מצרים.
מען דארף עם זאגן אז ער דארף נאר דערוועקן זיין רצון, זיין נקודת פנימית היהדות - פינטעלע איד - וועט ער שטייגן העכער און העכער, ביז אז, דורכמאכנדיק אלץ וואס ער קען דערגרייכן מיט זיינע אייגענע כחות וועט ער באקומען במתנה מלמעלה אז מקדשין אותו הרבה מלמעלה (יומא לט.), און עס וועט זיין בא עם חרות מן היסורים, חרות מן הגלות.
מיט וואונש פון הצלחה אין אייער ארבעט, ובברכת קבלת התורה בשמחה ופנימיות, לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה,
הרב מנחם שניאווסאהן
יו"ר ועד הפועל