אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד סא

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


יום ו', ה' לחדש אדר שני ה'תש"ג

אונזער זייער חשוב'ער פריינד הרה"ג ר' משה יצחק שי' העכס האט אונז מיטגעטיילט מיט באגייסטערונג וועגן אייער באשלוס צו לייגן יעדן וואכנטאג תפילין.

פון טיפן הארצן און מיט געפיל פון אהבת ישראל באגריסן מיר אייך אין אייער אזוי וויכטיקן שריט.

א קאפ אויף וועלכער מען לייגט תפילין טראכט ווי א ייד. דאס הארץ, לעבן וועלכער עם ליגן תפילין פילט ווי א יידיש הארץ. און א האנט וועלכע איז געבונדן דורך תפילין, - איז ווייט פון שלעכטע מעשים, נאר טוט שטענדיק מעשים טובים.

תורה און מצות איז אונזער לעבן, אייער לייגן תפילין איז א גליק, פאר אייך און פאר אייער פאמיליע, עס איז א טובה פאר אונזער גאנצער פאלק און שוץ פאר דער לאנד אין וועלכער מיר געפינען זיך. מצוה גוררת מצוה, פון איין מצוה קומט מען צו, צו א צווייטער א, א. וו.

מיר ווינטשן אייך איר זאלט שטייגן אלץ מער און מער, גייסטיק, און איר זאלט זיין געזונט און באגליקן אויך מאטעריעל.

בברכה לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.

הרב מנחם שניאווסאהן
יו"ר ועד הפועל