אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד קנז

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


כ"ח. יום ח' כ"ד סיון ה'תש"ד
כבוד הוו"ח אי"א נכבד ונעלה
מו"מ באמונת מהור"י שי' כ"ץ

שלום וברכה!

אייער בריף פון פאר שבועות - צייטיק דערהאלטן, האב ביז יעצט ניט געענטפערט, ווייל איך בין געווען פארנומען מיט'ן צוגרייטן צום דרוק דעם קונטרס שיקאגא, קובץ ליובאוויטש נאמבער (= נומער) צוויי א. א. ואתו הסליחה.

דאס ביכעלע "שבועות" האט געהאט א גרויסן דערפאלג (= הצלחה) און דאס גיט אונז א דערמוטיגונג אויף פארזעצן די סעריע פון אזוינע (= אזעלכע) חוברות. און אייך א דאנק אין נאמען פון מרכז לעניני חנוך פאר נעמען א גרויסן איינטייל אין זייער פארשפרייטן.

מיט דריי יאר צוריק, ווען מיין שווער כ"ק אדמו"ר שליט"א איז צוגעגאנגען גרינדן דעם מרכז לעניני חנוך, האבן אסאך מענטשן געזאגט: אין אמעריקע קען אזא זאך ניט האבן קיין קיום, אמעריקע איז אנדערש, אסאך זאכן וואס מ'טאר ניט, איז אין אמעריקע מוז מען עס טאן, אין אמעריקע מעג מען.

די ארבעט האט אונז אבער באוויזט, אז אין אמעריקע קען און מוז - זיין א חנוך על טהרת הקדש, לערן ביכער און לייען בראשורן אינגאנצן ריין פון כפירת, גרופּעס קליינע קינדער געבארן דא אין לאנד וואס אגיטירן פאר שבת און יהדות א. ז. וו. א. ז. וו.

נאר מיר מוזן האבן מיטהעלפער, ווייל די ארבעט איז זייער גרויס און זייער וויכטיק.

און דערפאר איז אונז אזוי טייער יעדער צוגעטראגענער פריינד און מיר האפן אז ער וועט מיטברענגען מיט זיך אויך זיינע פריינד.

אין היינטיקער סדרה ווערט דאך דערציילט די מעשה פון די מרגלים, די מרגלים זיינען געגוען ראשי בני ישראל ואותה שעה כשרים היו, אויך דערנאך האבן זיי אנגעהויבן מיט זאגן: זבת חלב ודבש היא, כי עז העם היושב בארץ גו' עמלק יושב בארץ הנגב גו' - וואס דאס אלץ איז געווען אמת, נאר דער אויספיר - לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו - איז געוואלד פאלש, און די גמרא דערקלערט (סוטה לה, א) וואס דאס מיינט: כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו - כפירה.

בדוגמא זו, אז מען טענה'ט אז אין אמעריקע איז זבת חלב ודבש, מען האט אלע תענוגים גשמיים און מ'איז פארטאן אין זיי, מ'איז ארומגערינגעלט מיט עמלקים - איז ווי קען מען גאר רעדן מיט א צווייטן וואס איז ווייט פון יהדות וועגן איינפירן א שטרענגען תורה ומצות לעבן, ניט דא איז דער ארט אויף דעם - איז דאס ר"ל, היפך האמונה, מען דארף נאר האבן ביי זיך דעם החלט, ווי כלב האט געזאגט: עלה נעלה - וועט במילא זיין יכול נוכל לה.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל