אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד כג

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


שלהי תש"ב:
ב"ה

גלייך ביי זיין אנקומען אין אמעריקע מיס צוויי און א האלב יאר צוריק, האט כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א אנגעהויבן אן אונערמידליכע ארבעט אויפצווועקן די אמעריקאנער יידן צו תשובה, תורה ומעשים טובים, אויף קלאר צו מאנען, אז די גזרות קשות אויף יידן איז דאס די חבלי משיח, און אז איין רעטונג איז פאראן, און דאס איז:

"לאלתר לתשובה, וואס דורך דעם וועט זיין לאלתר לגאולה שלמה ע"י משיח צדקנו בחסד וברחמים".

די רייד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האבן געהאט זייער פעולה. אין ברייטע קרייזן פון דער יידישער באפעלקערונג האט זיך אנגעהויבן א תשובה-באוועגונג, און פארשידענע אידישע ארגאניזאציעס האבן אוועקגעשטעלט תשובה-פראפאגאנדע אויף זייער סדר-היום.

אום צו געבן יעדערן די מעגליכקייט צו באקענען זיך מיט די רייד און בריוו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א וועגן "לאלתר לתשובה" און "לאלתר לגאולה", דרוקן מיר דערביי א זאמלונג פון א טייל רייד און בריוו פאר דער לעצטער צייט.

מיר זיינען מעורר און האפן, אז די רבנים און די בני-תורה שי' און בכלל יעדער איינער ווער עס איז א בעל-השפעה וועט, אין איינקלאנג מיט דער אויפפאדערונג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, אויסנוצן די ימי-הסליחות און עשרת ימי-תשובה אויף:

א) קלאר מאכן, אז די איצטיגע גזירות קשות אויף יידן איז דאס די חבלי משיח;

ב) מעורר זיין יעדען צו תשובה אמיתית וחזוק בקיום התומ"צ;

ג) דערקלערן דעם ענין פון טהרת האויר ע"י חזרת אותיות התורה, ובפרט משניות, אומעטום וואו מען מעג ע"פ דין;

ד) זען אז אלע זאלן זיך איינשרייבן אין חברות תהלים, וועלכע, איינשליסענדיג זיך אין דער חברת תהלים העולמית בירושלים תובב"א, וועלן זיך אזוי ארום באטייליקן אין איר תפלה בעד כלל ישראל.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, לאלתר לתשובה - לאלתר לגאולה.

מנחם שניאורסאהן,
יושב ראש ועד הפועל