אגרות הקודש חלק א תרפח-תשד קמה

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - כג - - מב - - מט - - נו - - סא - - סב - - סו - - סח - - עד - - עז - - צג - - קמה - - קנז - - קנט - - קסו


ב"ה, יום ד' כ' אדר תש"ד
ברוקלין
כבוד הנכבד וכו' רודף צדקה וחסד אי"א וכו'
מר ארי' יעקב שי' לעהעמאן

שלום וברכה!

ביילאגע, שיקן מיר אייך א עקזעמפלאר פון ספר קונטרס ח"י אלול, וואס מיר האבן לעצטענס ארויסגעגעבן, דורך אונזער פריינד הרה"ג והרה"ח הוו"ח אי"א וכו' הרב ר' משה פנחס כץ שי' און זיין פרוי תחי' פון נוארק האבן מיר דערהאלטן אייער פארלויפיגע דאניישען (= ביישטייער) פופציג דאלער (50$) וואס איר האט דורך זיי געגעבן אלס אנטייל אין די הוצאות פון דרוקן א ספר. און לויט אייער פארלאנג - איבערגעגעבן דורך זיי - האבן מיר ארויפגעשטעלט דעם נאמען פון אייער פאטער ר' חיים ב"ר קלונימוס שי', ווי איר וועט זען אויף דעם קאווער (= טאוול) פון ספר.

גרויס איז דער זכות פון מזכה זיין את הרבים, און ספיציעל מיט'ן אפדרוקן דיזען חשובן קונטרס.

איינע פון די גרעסטע מצות, איז די מצוה פון צדקה, צדקה מיינט אבער ניט נאר אז מ'העלפט יענעם קערפערלעך: ער זאל האבן וואס צו עסן, מיט וואס צו באקליידן זיך, זיין גוף א. ז. וו. אז מ'העלפט יענעם גייסטיק, אז מ'זעט אז זיין נשמה זאל באקומען איר "שפייז" אין וועלכער זי נויטיגט זיך, און זי זאל ניט ארומגיין נאקעט אן תורה און מעשים טובים, איז דאס פון די איידעלסטע און העכסטע צדקות וואס א מענטש קאן טאן, ווי די גמרא דריקט זיך אוים זה הביאו לחיי עולם הזה - זה מביאו לחיי עולם הבא,

און א וועג ווי מען קאן יענעם העלפן גייסטיק, איז דורך דערמעגליכן עם צו לייענען די דברי התעוררות און די טיפע דערקלערונגען און אנווייזונגען פון די גדולי מנהיגי ישראל וואס אין יעדער דור, ובדורנו - כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א.

ויהי רצון אז בזכות פון די גרויסע מצוה זאלט איר בקרוב הערן בשורות טובות פון אייערע עלטערן און אלע אייערע פריינד, און איר זאלט זוכה זיין צוזאמען מיט כל ישראל, מקבל זיין פני מ"צ בב"א.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
הרב מנחם שניאווסאהן
יו"ר ועד הפועל