תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


א ניי תחינה שערים צו עפענען די שערי רחמים.

אנא איך בעט דיר רבון העולמים, הער פון אלע וועלטן, אל רחום וחנון, דערבארעמדיקער גאט, אז דו זאלסט עפענען די טויערן פון דיינע הימלען, דורך וועלכע עס גייען ארויף צו דיר די תפילות, און דאס געבעט פון אלעמען, און זאלסט דיך צו מיין געבעט אויך זיך צוהערן. כאטש איך ווייסט, דאס דורך מיינע פיל זינד בין איך נישט ווערט צו דערמאנען דיין ליבן נאמען אויף מיינע ליפן, פון דעסטוועגן מוז איך מיך אונטערשטעלן צו בעטן דיך, אז דו זאלסט מיר מוחל זיין מיינע זינד.

ווייל ווען מען קומט מיט א בקשה צו מלך בשר ודם, ווען מען זינדיקט קעגן אים, טרעפט אויך אפט, דאס ער איז מוחל. בפרט דו ליבער גאט, וואס דו ביסט מלך מלכי המלכים, וואס דו נעמסט דאס געבעט און אויך די טרערן פון אלעמען, וועסטו מיין געבעט אויך אויסהערן.
אזוי ווי דוד המלך עליו השלום זאגט אין זיין ספר תהילים: "אשחה בכל לילה מטתי". פון פיל טרערן וואס איך פארגיס פאר דיר גאט, מאך איך שווימען מיין געלעגער. און דוד המלך פירט אויס צום סוף: "שמע ה' קול בכיי", גאט האט זיך צוגעהערט מיין געוויין. "שמע ה' תחינתי", גאט האט געהערט מיין תחינה וואס איך זאג. "ה' תפילתי יקח", דער אויבערשטער וועט אננעמען מיין געבעט, אמן סלה.

הערות שוליים

רעדאַקטירן