תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


תחינת מודה אני

מודה אני לפניך, גאט מיין גאט, און מיין עלטערן גאט, איך אן ארעמע פרוי שטיי פאר דיר מיט אן איינגעבויגענעם קאפ, מיט א צעבראכן הארץ, דען (= ווייל) מיין לעבן איז אין דיין האנט, און מיין טויט איז אויך אין דיין האנט. איך שטיי פאר דיר מיט לויטער ציטערניש. איך באגער (= וויל שטארק) פון דיר, אז דו זאלסט מיר מוחל זיין מיינע זינד וואס איך האב געזינדיקט און געשולדיקט פון דעם טאג פון מיין געבוירן ביז היינטיקן טאג. און אויב איך האב געזינדיקט אין דריי מצוות וואס דו האסט געבאטן אונז ווייבער, חלה, נדה, און ליכט-צינדן, בעט איך דיר, אז דו זאלסט מיר היינט דאס נישט געדענקען, און חלילה מיינע יארן נישט אפשניידן. נאר דא זאלסט מיך נאך לאזן לעבן ביז איך וויל מקיים זיין וואס עס שטייט אין תורה. און ווען מיין צייט וועט קומען צו שטארבן, זאל די מיתה זיין א כפרה אויף מיינע זינד. אפילו איך האב דאס נישט פארדינט (= ווערט), ביי דיין ליבן נאמען בעט איך דיר א מתנת חנם. דו הערסט דאס געבעט פון אלע מענטשן, זאלסטו אויך הערן מיין געבעט, אמן, כן יהי רצון.

אנא ה': איך בעט דיך גאט, דער גאט פון מיינע עלטערן, איך האב געזינדיקט פון דעם טאג אן, וואס איך בין געבוירן געווארן ביז היינטיקן טאג. יעצט האט מיך דערהויבן מיין הארץ און באוויליגט (= ווילן) צו מיין גאט, צו ווידערקערן מיט ווארהייט (= אמת) מיט מיין גאנצן הארץ. און דאס וואס איך האב געזינדיקט, האב איך אויף דעם חרטה. איך וועל שוין נישט טאן קיין זינד, איך וועל מיר היינט אין מיין הארץ נעמען, ווייטער ריין צו בלייבן, פון זינד ווי א קליין קינד וואס ער ווערט ערשט געבוירן. גאט אלמעכטיגער, איך גיב איבער מיין נשמה אין דיין האנט, איך בעט אז השם יתברך זאל אן עדות זיין, און אלע ספרי תורות אין היכל, און די עדה הקדושה, זאלן זיין עדות דאס איך אנערקען אז גאט איז יחיד ומיוחד.
איך האף צו השם-יתברך אז מיין נשמה זאל איבער הונדערט יאר אויסגיין מיט די ווערטער "שמע ישראל ה' אלהינו ה' אחד". איך באגער (= וויל שטארק) אז מיין נשמה זאל קענען צוריק קומען אויף דעם ארט וואו זי איז געקומען געווארן. אצינד בעט איך, אז פון היינט און ווייטער, ווען דער שטן וועט קומען און וועט חלילה מיך אנרייצן צו בייזן, זאל זיינע רייד זייל בטל ומבוטל כחרס הנשבר. איך בעט השם-יתברך אז מיין נשמה זאל קומען צו שרה, רבקה, רחל און לאה, אויף דעם ארט וואס מיין באגער (= שטארקער ווילן) איז. און אויב חס-ושלום דער שטן וועט קומען און וועט וועלן מיך אנרייצן, אז איך זאל עובר זיין אויף א מצוה וואס דו האסט געבאטן, וואס איז דיין ליבער תורה שטייט, מכל שכן אז איך זאל חס-ושלום לייקענען אין דיין הייליקן נאמען, זאלסטו זיך אויף אים אנבייזערן, און פאריאגן (= פארארייבן).
און אויב איך וועל שלעכטע געדאנקען האבן, זאל אלץ בטל ומבוטל כחרס הנשבר, גלייך עס איז קיינמאל אין מיין געדאנק נישט געווען. און איך גלויב אין גאט און אין דיין הייליקן נאמען, אז דו ביסט אמת, און דיין תורה איז אמת, און אז דו ביסט געווען, און ביסט היינט, און וועסט זיין א קעניג אויף אייביק, אמן, כן יהי רצון.

שוב יום אחד לפני מיתתך, דער מענטש זאל תשובה טאן איין טאג פאר זיין טויט. דארום (= דעריבער) בין איך היינט מוסר מודעה מיט מיין גאנצן שכל, אז איך בין מאמין אין אלע שלש עשרה עקרים, וואס די חכמים האבן מוסר געווען.
דאס ערשטע: בין איך מאמין, אז גאט ברוך הוא איז א באשעפער פון די אלע וועלטן, און האט באשאפן אלע באשאפענישן פון אלע וועלטן.
דאס צווייטע: בין איך מאמין, אז גאט ברוך הוא איז יחיד ומיוחד, וואס איז אין ערגעץ נישט צו געפינען אן אנדערער. ער איז היה הוה ויהיה, ה' אחד ושמו אחד.
דאס דריטע בין איך מאמין, אז גאט ברוך הוא איז נישט צו צוגלייכן צו א גוף, און קיינער קען זיין געשטאלט נישט גרייכן און נישט פינדן (=געפינען). דען (= ווייל) ער האט קיין התחלה און קיין סוף און קיין גרונד (= טיפקייט) נישט, צו זיין מחשבה.
דאס פערטע: בין איך מאמין, אז גאט ברוך הוא איז א קדמון לכל העולמות, ער איז דאס ארט פון אלע עולמות, אבער די עולמות זיינען נישט דאס ארט פון אים, ער איז ראשון לראשונים, ואחרון לאחרונים.
דאס פינפטע: בין איך מאמין, אז נאר צו גאט איז ווערט מתפלל צו זיין, און נישט צו קיינעם מער, ווי דוד המלך עליו השלום האט געזאגט "ואני תפילתי לך ה' עת רצון".
דאס זעקסטע: בין איך מאמין, אז די נבואה פון אלע אונזערע נביאים, וואס האבן אונז נבואה געזאגט, גלויב איך, אז דאס האט אלץ גאט געהייסן זאגן.
דאס זיבעטע: בין איך מאמין, אז משה רבינו עליו השלום איז געווען א פאטער איבער די חכמים, און א הער איבער די נביאים.
דאס אכטע: בין אין מאמין, אז די תורה הקדושה איז צו אונז געגבן געווארן דורך משה רבינו עליו השלום.
דאס ניינטע: בין איך מאמין, אז די תורה ווערט נישט פארביטן ווערן אויך אייביק, נאר ווי די תורה איז אצינד (= יעצט) מיט אלע אותיות און ווערטער אזוי וועט זי בלייבן אויף אייביק.
דאס צענטע: בין איך מאמין, אז גאט ברוך הוא ווייסט אלע מחשבות פון די מענטשן און אלע פארבארגעניש. און הגם ער איז געאכפערט (= אנערקענט) אין די אלע וועלטן, און די ברענענדיקע מלאכים וואס באדינען אים האבן קיין ערך נישט און קיין מספר, דאך איז ער משגיח אויף אלע מעשים און מחשבות פון די מענטשן.
דאס עלפטע: בין איך מאמין אז גאט ברוך הוא גיט שכר טוב צו די וואס דינען אים מיטן גאנצן הארץ.
דאס צוועלפטע: בין איך מאמין, אז גאט ברוך הוא וועט אונז שיקן משיח בן דוד אוסצולייזן אונז פון דעם ביטערן גלות. און ווען (= אויב) ער פארזאמט מיט זיין קומען, דאך טו איך האפן אלע טאג, אז ער וועט זיך אמאל איבער אונז דערבארעמען, און וועט אונז פירן קיין ירושלים, ווי אין פסוק שטייט "ובא לציון גואל".
דאס דרייצנטע: בין איך מאמין אין תחית המתים, אז גאט ברוך הוא וועט מחיה מתים ברחמים. אין די אלע דרייצן עיקרים גלויב איך מיט מיין גאנצן הארץ, און אז עס וועט חלילה אמאל קומען א צייט אויף מיר פאר מיין טויט, אז איך וועל חלילה נישט זיין ביי דעם גאנצן שכל, און דער שטן וועט חלילה מיך אראפפירן פון דעם רעכטן וועג, ביך איך אלץ היינט מבטל כחרס הנשבר. און נאר ווי איך גלויב היינט מיט מיין גאנצן שכל, אזוי זאל דאס האבן א קיום לעולם ועד ולעולמי עולמים.

מיר זעען אויף דער וועלט ויי פילע מענטשן שטארבן פלוצלינג, און קענען אפילו נישט זאגן קיין ודוי, רחמנא ליצלן, דארום (= דעריבער) האב איך צייט היינט ווען איך קלאר און האב מיין גאנצן שכל, מתודה צו זיין פאר גאט. און כאטש אין בין א חוטא פון מיין יוגנט אן ביז דעם היינטיקן טאג, וואס איך בין נישט ווערט צו דערמאנען גאטס נאמען, און פשיטא מתפלל צו זיין פאר אים אויף מיין נשמה, דאך האב איך א בטחון אויף זיין גרויסן חסד וואס ער איז זיך מרחם על הבריות, און איז מקבל תשובה פון אלע פושעים וועלכע קערן זיך אום צו אים מיט דעם גאנצן הארץ. דארום (= דעריבער) האב איך היינט חרטה אויף אלע מיינע עבירות וואס איך האב געטאן פון מיין יוגנט אן ביז יעצט, הן בשוגג והן במזיד, הן באונס והן ברצון.
אוי לי ווי צו מיר, אז איך האב נישט געטראכט פון דעם ביטערן טויט. איך וועל דאך מוזן אויף אלע אפגעבן חשבון און אין וועל מוזן ליידן עונשים קשים ויסורים. היינט האב איך אויף דעם אלעס חרטה, און בעט פון מדת הרחמים אז ער זאל מיר אלץ מוחל זיין. און אלע טעג וואס איך וועל נאך לעבן זאלסטו מיך מיין הארץ נייגן נאר צו דינען דיך, און נישט נכשל ווערן חס ושלום אין קיין שום עבירה. און איך וועל זוכה זיין מתודה צו זיין פאר מיין טויט, און מיין נשמה זאל אויסגיין בקדושה ובטהרה, און זאל ניצל ווערן מעונש הגיהינום, אמן סלה.

אב הרחמים, פאטער דערבארעמדיקער, איך בעט דיך היינט מיטן גאנצן הארץ, אז דא זאלסט מיך באשאפן א גוט הארץ, דיך צו דינען. און אלע שלעכטע מעשים וואס איך האב געטאן ביז היינט זאלסטו לאזן פאלן, און איך זאל זיין גלייך ווי איך האב געבוירן געווארן. איך זאל זיין אזוי ווי א קינד וואס איז ריין פון עבירות. דען (= ווייל) דו ווייסט דאך וואויל, אז דאס וואס איך האב געשולדיקט קעגן דיר, האב איך נישט געטאן אום (= כדי) דיך צו דערצערענען, נאר מיין נארישקייט האט דאס מיטגעבראכט, ווייל איך האב נישט בארעכענט ווי געאכפּערט דו ביסט, ווי דו האסט באשאפן די ערד, וועלכע איז גרויס זעקס טויזענט מייל. און ארום די ערד האסטו ארומגערינגלט דעם גרויסן ים, וואס נאך אונזער פארשטאנד נאך, האט ער קיין גרונט און קיין סוף נישט, און דאס אלעס איז אנטקעגן הימל ווי טראפ אין ים.
און האסטו באשאפן זיבן הימלען, יעדער הימל איז ווייט פון דעם אנדערן פינף הונדערט יאר גאנג, דאס אלץ איז עולם העשיה, און איבער דעם איז עולם היצירה, און איבער דעם איז עולם הבריאה, און איבער דעם איז עולם האצילות. און אלע עולמות צוזאמען זיינען זייער קליין אין פארגלייך מיט דיין כסא הכבוד. און דער כסא הכבוד האט קיין ערך נישט אנטקעגן דיין שיינקייט, אכפּערקייט און שטארקייט, וואס איז נישט מעגלעך אייביק דיך א מקצת צו לויבן.

נו ווי בין איך גאר פארנארט געווען, און האב קעגן דיר מורד געווען. נישט מער, איך בין אזוי שפל אין פארשטאנד, און איך האב דאס נישט געטאן מיט מיין געוויסן. היינט האב איך א בטחון אין דיין ליבן נאמען, דען דו עפענסט דיין האנט מקבל צו זיין די וואס טוען תשובה מיטן גאנצן הארץ, ווי דו האסט געזאגט דורך דיינע נביאים "שובו בנים שובבים ארפא משובותיהם". טוט תשובה, מיינע קינדער, וועל איך היילן אייער ווילדקייט.
אזוי זאלסטו היינט פארנעמען מיין געבעט און מיינע טרערן, וואס איך פארגיס פאר דיר. און זאלסטו מיר געבן מיין פרנסה, אז איך זאל קענען דיך דינען בשמחה, און זאל זוכה זיין לחיי עולם הבא צווישן די צדיקים וצדקניות, וואס האבן תענוג מזיו השכינה. און זאלסטו מיר דערנאך מאכן לעבן צו תחית המתים, ווען דו וועסט זיך דערבארעמען איבער דיין פאלק ישראל, במהרה בימינו, אמן סלה.

הערות שוליים

רעדאַקטירן