תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


די שיינע תחינה זאל מען זאגן אלע טאג ווען דער חזן האלט שים שלום, אדער ווכן די כהנים דוכנען.

רבונו של עולם, דו הער פון דער גאנצער ווועלט, איך בין דיין, און מיינע טרוימען (= חלומות) זיינען דיין. עס האט מיך געטרוימט א טרוים, און ווייס נישט וואס עס באטייט. אזוי זאל זיין דער ווילן פאר דיר גאט מיין גאט, און גאט פון מיינע עלטערן, דאס עס זאל זיין אלע מיינע טרוימען אויף מיר און אויף כל ישראל, צו גוטן און בענטשונג. און דער טרוים וואס מיר האט געטרוימט אויף אנדערע, אויב זיי זיינען גוטע טרוימען, זאלסטו זיי שטארקן און באשטעטיקן, זיי זאלן אין מיר און זיי באשטעטיקט ווערן, אזוי ווי דער טרוים פון יוסף הצדיק עליו השלום.

און ווען זיי ברויכן היילונגען, זאלסטו זיי היילן ווי דו האסט געהיילט חזקיהו הנביא פון זיין קראנקהייט, און אזוי ווי דו האסט געהיילט מרים הנביאה פון איר צרעת. אויך אזוי ווי דאס ביטערע וואסער פון דער שטאט יריחו דורך דער האנט פון אלישע הנביא, און אזוי ווי דו האסט פארקערט דאס פלוכן (= שעלטן, קללה) פון בלעם הרשע, פון פלוכונג (= שעלטונג) צו בענטשונג, אזוי זאלסטו אויך פארקערן אלע מיינע טרוימען אויף מיר און כל ישראל צו בענטשונג אייביק, אמן.


א נייע תחינה משפט צדק, צו זאגן אלע מאנטיק און דאנערשטיק, בעת מען נעמט ארויס די ספר תורה פאר בריך שמיה.

אלהא קשוט, גאט איז אמת, ואורייתא קשוט, און דיי הייליקע תורה איז אמת, מיר געפינען זיך אין זוהר הקדוש א מאמר פון דעם הייליקן תנא דער צדיק רבי שמעון בר יוחאי, אז ער זאגט: דאס אין דער צייט ווען מען נעמט ארויס די ספר תורה בצבור צו לייענען, עפענען זיך אין הימל אלע טויערן פון רחמים און ליבשאפט. און אזוי ווי עס זיינען יעצט אפן די שערי רחמים, קום איך פאר דיר מיט א הייס געבעט, דאס (= אז) דא זאלסט דערלענגערן מיינע יארן, מיין מאנס יארן, מיינע קינדער יארן, מיר זאלן לעבן בנחת, נישט חלילה מיט צער, דו זאלסט דורך די אפענע טויערן, מיר און כל ישראל אראפשיקן שפע ברכה פאנסה והצלחה.

אונזער בטחון צו דיר זאל חלילה נישט פארשעמט ווערן, דען דו ביסט דאך מיין שפייזער, און דער שפייזער פון דער גאנצער וועלט. און דורך דעם זכות פון דער הייליקער תורה, זאל איך זוכה זיין דאס (= אז) פון מיר זאל וואקסן א גוט דור תלמידי חכמים, וואס זייערע אויגן זאלן לייכטן אין דער תורה. דען די תורה הקדושה איז אונזער אייציקע טרייסט אין דעם ביטערן גלות, זי איז ביי אונז א גוטע משכון פון דיין ליבן נאמען, דאס (= אז) מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן במהרה בימינו, אמן.