תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


תחינת ערב ובקר

די תחינה זאל מען זאגן אוונט און מארגן פאר יעדער תפילה.

רבונו של עולם אתה ידעת כי בשר ודם אנחנו, דו הער פון דער גאנצער וועלט, דו ביסט אן אלמעכטיקער[1] גאט, און דו ווייסט דאך וואויל אז מיר זיינען נאר בלוט און פלייש, און מיר האבן נישט קיין כח, דאס (= אז) מיר זאלן קענען מכון זיין אדער מצרף זיין די הייליקע שמות און אלע כונות וואס געפינען זיך אין יעדער תפילה און אין יעדער ברכה.
און ווען מיר וואלטן יא געוואוסט אלע צרופים און אלע שמות פון די ברכות, דאך וואלטן מיר נישט קענען גרייכן[2] צו דערציילן אלע דיינע לויב און וואונדער, דען מיר זיינען נאר מענטשן, בלוט און פלייש, און מיר האבן קיין רעכטן פארשטאנד צו באגרײַפן[3] די גרויסקייט און הייליקייט.
דארום (= דעריבער) זאל זיין דער ווילן פאר דיר, גאט, אז עס זאל זיין גערעכענט פאר דיר מיין תפילה פון שחרית, אדער מוסף, אדער מעריב, יעדע תפילה באזונדער זאל זיין גלייך אזוי ווי איך וואלט געוואוסט צו מכון זיין אדער מצרף זיין אלע כונות און צרופי שמות וואס גייען ארויס פון דער תפילה פון שחרית, אדער מוסף, אדער מנחה, אדער מעריב.
און מיין תפילה זאל ארויפגיין פאר דיר, צו מאכן א קרוין אויף דיין קאפ מיט די תפילות פון די ישראל, וואס ווייסן מכון צו זיין און מצרף צו זיין מיט כונות וואס געהערן צו יעדער ברכה און צו יעדער בקשה. זאלן אלע תפילות גיין אין זיבעטן הימל אריין, אמן, כן יהי רצון.


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. אלמעכטיק = כל יכול, עצום.
  2. גרייכן = להשיג.
  3. באגרײַפן = להשיג, לתפוס, להבין.