תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


א נייע ירושלים תחינה

די טייערע תחינה האט געמאכט א גרויסע צדקת פון ירושלים, מען זאל איר זאגן אלע טאג פאר דעם דאווענען און נאך דעם דאווענען.

בשם ה' אלהי ישראל יושב הכרובים, דו גאט פון מיינע עלטערן, איך טו דיך בעטן[1] מיטן גאנצן הארצן, דו זאלסט זיך איבער מיר דערבארעמען כרחם אב על בנים, אזוי ווי א פאטער דערבארעמט זיך איבער זיינע קינדער, און הער מיין געבעט, און היט מיך פון אלע בייזן, און פיר מיך אין דעם רעכטן וועג, און פארנעם מיין געבעט, וואס איך טו אלע טאג בעטן[2] מיט מיין גאנצן הארצן, און לאז מיך נישט אומקערן ליידיק מיט מיין תפילה. און לאז מיך מיט מיין מאן און קינדער לעבן צו דיין הייליקן דינסט.
מלך רחמים, דו דערבארעמדיקער קעניג דערבארעם דיך[3] איבער מיר און איבער אלע די מייניקע[4], און באנעם זיך[5] נישט מיט אונז חלילה מיט מידת הדין, נאר מיט מידת הרחמים, און טו אפ דיין צארן פון אונז, און דערהער אונזער געבעט אלע מאל ווען מיר טוען דיר רופן[6] .

העלף אונז אין אלע אונזערע נויטן, דערפריי אונז מיט וואס מיר ווילן, און זיי ממלא אונזערע בקשות וואס מיר פארלאנגען פון דיין הייליקן נאמען, און זאלסט אונז העלפן אזוי ווי דו האסט געהאלפן אונזערע עלטערן אין זייער גרויסן און שווערן פיין אין מצרים, און גיב מיר גוטע און פרומע קינדער, וואס זאלן זיין צדיקים און חסידים און תלמידי חכמים, און איך זאל זוכה זיין צו דערציען זיי צו דיין הייליקן דינסט, און זיי זאלן האבן חן און חסד אין דיינע אויגן און אין די לייט'ס אויגן, און מיר זאלן אויסלעבן[7] אונזערע יארן אין גרויס פרייד, און מיר זאלן זוכה זיין אויסצוגעבן[8] אונזערע קינדער בכבוד גדול.
איך בעט דיך, דו אלמאכטיקער גאט, בארמהארציקער פאטער, הער, איבער אלע הערן, אז דו זאלסט הערן אלע מיינע תפילות, און דו זאלסט היטן מיך און מיין מאן און מיינע קינדער פון אלע בייזן, דו זאלסט מיך דערפרייען ווי דו האסט אונזער מוטער חנה עליה השלום דערפרייט מיט דאס וואס זי האט באגערט פון דיין הייליקן נאמען.

מלך רחמים דו דערבארימדיקער פאטער, קעניג פון דער וועלט, איך טו דיר רופן[9] טאג און נאכט. אלע טעג פון לעבן פארלאז אונז נישט, און גיב אונז פרנסה און אלע אונזער באדערפעניש פון דיין הייליקע געטרייע מילדע האנט, און נישט חלילה דורך לייט הילף, און גיב אונז אלע באדערפיניש בנחת און נישט מיט צער, און לאז מיר זוכה זיין צו לעבן ביז הונדערט יאר מיט מיין מאן און קינדער צו זיצן ביי מיין טיש, און מיר זאלן האבן גוטע מליצים לעולם הבא. מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, איך טו דיר אנרופן אין אלע צייטן, דען דו ביסט נאר איין גאט, און דא ביסט מיין שפייזער, און דו גיבסט מיר אלע מיינע באדערפינשן, און דא האסט מיך דערנערט און געשפייזט און דערצויגן פון מיין יוגנט אן ביז היינטיקן טאג.

היט מיך און מיין מאן און קינדער פון א מיתה משונה, און זאלסט אונז געדענקען און אלע צייטן, און אונז אנשרייבן צו א גוט יאר, צו לאנג לעבן אויף דער וועלט. זאלסטו אונז געדענקען שטענדיק צו גוטן און צו א בענטשונג, און זאלסט אונזערע תפילות אלע צייטן דערהערן, אזוי ווי דו האסט געהערט די תפילה פון מנשה מלך יהודה. און זאלסט אונז תפילה נישט פארשעמען און נישט לאזן אומקערן זיך ליידיק פון דיר, דען דו ביסט דער גאט וואס הערט אלע געבעטן פון די וואס רופן מיטן גאנצן הארצן, אמן, וכן יהי רצון.

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. איך טו דיך בעטן = איך בעט דיך = איך בעט פון דיר.
  2. וואס איך טו אלע טאג בעטן = וואס איך בעט אלע טאג.
  3. דערבארעם דיך = דערבארעם זיך.
  4. מייניקע = מיינע.
  5. באנעם זיך = פירט זיך.
  6. ווען מיר טוען דיר רופן = ווען מיר רופן דיר.
  7. אויסלעבן = לעבן ביזן סוף.
  8. אויסגעבן = מאכן חתונה.
  9. איך טו דיר רופן = איך רוף דיר.