תחינות שחרית - תחינה קבלת עול מלכות שמים - א נייע תחינה צו השכמת הבקר - תחינת מודה אני - תחינת ערב ובקר - א נייע ירושלים תחינהתחינת שערים - תחינת מה טובו - תחינת שחרית - תחינה פון ירושלים - תחינות לימי השבוע - תחינת עומר לגולגולת - תחינת שלשה שערים - מפתחות


תחינת שלשה שערים

שלשה מצות נצטו הנשים, דריי מצות זיינען די נשים געבאטן געווארן. חנ"ה שמותן, דער נאמען פון די דרי מצות איז חנ"ה. דאס ווארט חנ"ה מאכט: א) חלה. ב) נדה. ג) הדלקת הנר:
מצות חלה

"ראשית עריסותיכם חלה תרימו". דער טייטש פון דעם פסוק איז אזוי: דאס ערשטע פון אייער טייג זאלט איר אפשיידן חלה. בזכות זה "ה' אוצרותיכם שובע ימלא". דער טייטש פון די ווערטער איז: פון וועגן דעם זכות פון מצות חלה וועט השי"ת ברוך הוא וברוך שמו אייך געבן די ברכה אין אייער אוצרות, און וועט זיי אנפילן מיט זעט. פאר צייטן פלעגט אזוי זיין: דער כהן האט גענומען תרומה, און דער לוי מעשר, און דער עני מעשר עני. אויך צו צייטן אפגעשיידט מעשר שני. אבער אצינד בעונותינו הרבים אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן, נאר די מצוה פון חלה איז געבליבן. דארום[1] רבונו של עולם בעטן מיר דיך, אז דו זאלסט שיקן גרויס ברכה וואו מיר וועלן זיך קערן און ווענדן. אונזערע קינדערלעך זאלן נישט פארפרעמד ווערן[2]. און איך מיט מיין מאן זאלן קענען אונזערע קינדער אליין פרנסה געבן אויפן גאנצן לעבן. און די מצוה פון חלה זאל אנגענומען ווערן, און זאל געוואויגן זיין, ווי אלע תרי"ג מצות פון דער תורה.

ווען מען קנעט אויס א טייג פון אזוי פיל מעל וויפל כמנין חלה, דאס הייסט אזוי פיל מעל וויפל דאס ווארט חלה טרעפט אן, דהיינו מ"ג ביצים, דאס איז דריי און פערציק אייער, און דאס באטרעפט דריי קווארט מעל, מוז מען פון דעם טייג אפשיידן חלה:
אז מען נעמט חלה מאכט מען די ברכה:
ברוך הוא וברוך שמו:
ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו להפריש חלה:
תחינה פון חלה נעמען:

לכבוד גאט, לכבוד אונזער געבאט, לכבוד דעם ליבן שבת קודש, וואס אונזער הער גאט האט אונז געגעבן, און האט אונז געבאטן די ליבע מצוה פון חלה נעמען. איך זאל זי קענען רעכט מקיים זיין, און עס זאל זיין געוואויגן, ווי כל תרי"ג מצות פון כל ישראל, כן יהי רצון.

יהי רצון מלפניך ה' אלהינו ואלהי אבותינו שיבנה בית המקדש במהרה בימינו ותן חלקנו בתורתך, ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות, וערבה לה' מנחת יהודה וירושלים כימי עולם וכשנים קדמוניות.

מיין חלה זאל אנגענומען זיין, אזוי ווי א קרבן אויף דעם מזבח איז אנגענומען געווארן. מיין מצוה זאל אנגענומען זיין גלייך ווי איך האב זי רעכט מקיים געווען. פאר צייטן איז דאס גענומען דעם כהן, און פאר דעם האט השי"ת פארגעבן די זינד, אזוי זאל מיר אויך פארגעבן ווערן מיינע זינד, איך זאל זיין גלייך ווי א ניי-געבארן קינד. איך זאל קענען מיינע ליבע שבתים און ימים טובים ערן[3]. גאט זאל מיר באשערן, איך זאל מיך קענען מיט מיין מאן און קינדער דערנערט ווערן[4]. עס זאל אנגענומען ווערן מיין מצוה פון חלה נעמען, אז מיינע קינדערלעך זאלן געשפייזט ווערן פון דעם ליבן גאט, ברוך הוא, מיט גרויס רחמנות און מיט גרויס דערבארעמקייט, עס זאל געגליכן זיין מיין מצות חלה, גלייך ווי איך האב מעשר געגעבן. אזוי ווי איך טו מיין מצוה פון חלה מיט מיין גאנצן הארץ, אזוי זאל גאט ברוך הוא מיך היטן פון פּיין און שמערצן.

מצות נדה

חופש ה' כל חדרי בטן, דאס איז טייטש: גאט ברוך הוא וברוך שמו זוכט די אלע קאמערן[5] פון בויך. מצות נדה אם תשמרו ה' יצילכם ממיתת אסכרה והדרוקן, דאס איז טייטש: אז איר וועט רעכט היטן די מצוה פון נדה, אזוי וועט השם יתברך היטן אייערע קינדער פון מיתת אסכרה, און פון דער מיתה וואס הייסט הדרוקן. גן נעול אחותי כלה, דאס איז טייטש: א פאשלאסענער גארטן איז מיין שוועסטער בית ישראל, וואס איך רוף זי כלה:

א תחינה איידער א פרוי גייט זיך טובל זיין:

גרויסער גאט! דורך וואסער האסטו גרויסע ניסים געוויזן פיל מאל. נח איז ניצול געווארן פון מבול, משה רבינו האט געגעבן וואסער דורך א קלאפ אויף א שטיין, מרים'ס ברונעם איז געגאנגען מיט די יידן אין דעם מדבר. ווייז היינט אויך דיין נס, איך זאל געהאלפן ווערן דורך דאס וואסער צו געווינען[6] א זון וואס זאל זיין א צדיק תמים. ער זאל לערנען תורה טאג און נאכט, ער זאל מיר בלייכטן א גלייכן וועג אין גן עדן אריין, איך זאל דורך זיין זכות, זוכה זיין צו זיצן מיט די אמהות אין איין מחיצה, אמן.

מצות הדלקת הנרות

הדלקת נר בערבי שבתות, אנצינדן די ליכט אויף שבת. הם שנים מצותן. דאס איז דער טייטש: עס איז א מצוה, אנצוצינדן לכבוד שבת. כנגד זכור ושמור רמיזתן, די צוויי ליכט זיינען מרמז קעגן זכור און קעגן שמור. דאס הייסט: אין די ערשטע עשרת הדברות שטייט "זכור את יום השבת לקדשו", און אין די אנדערע עשרת הדברות שטייט: "שמור את יום השבת לקדשו".
נר נר ת"ק מספרם, די צאל פון צוויי מאל נר טרעפט אן פינף הונדערט, קעגן די אברים של איש ואשה, אזוי פיל ווי די אברים פון דעם מאן און פור דער אשה. בזכות זה, וועט השי"ת היילן די גלידער פון איש ואשה. דארום (= דעריבער) זאל מען זייער ערנסט ליכט צינדן, וועט השי"ת דערלייכטן די אויגן פון אייערע קינדער אין דער הייליקע תורה.
בשעת צינדן מוז מען מתפלל זיין צו גאט, אז די קינדער זאלן קענען לערנען.
שלשה מצות אלה הם אם תשמרו, אויב איר וועט די דריי מצות היטן, וועט אייער געווינען (= געבוירן) זיין שלא בצער. יגן בעדם זכותן, עס וועט מגין זיין די זכות פון די מצות פאר אייך. יום יבא עת לידתן אז עס וועט קומען דער טאג פון אייער געווינען (= געבוירן), ה' ישמור אתכן מדבר ואסון, השם יתברך וועט אייך היטן פון מארד און פון אסון. ותראנה שמחה וששון:

תחינה צו ליכט צינדן:
די תחינה זאגט מען פרייטיק פאר נאכט צו ליכט צינדן:

אלהינו ואלוהי אבותינו. דו ביסט אונזער גאט, און גאט פון אונזערע עלטערן. עס זאל זיין דער ווילן פון דיר, אז איך זאל דערמאנט ווערן צו גוטע פון אלע אייבערשטע הימלען, און דו זאלסט געדענקען דיין דינסט מיט דיין הייליקע נאמען וואס הייסט צבאות, און דו זאלסט זיך קערן (= ווענדן) צו מיין געבעט וואס איך טו בעטן, אזוי ווי דו האסט דיך געקערט, און האסט אנגענומען די תפילה פון אונזער מוטער חנה עליה השלום, וואס איז אן עקרה געווען און האט תפילה געטאן, האסטו איר באשערט גוטע פרומע קינדער, און דו האסט דערהערט איר געבעט, דאס (= אז) פון איר איז ארויסגעקומען דער צדיק שמואל הנביא, וואס איז אין דער וואגשאל אזוי גוט ווי משה און אהרון. אזוי ווי אין פסוק שטייט "משה ואהרון בכהניו ושמואל בקוראי שמו קוראים אל ה' והוא יענם".
און זאלסטו דיך קערן (= ווענדן) צו מיין תפילה מיט גענאד און גרויסע דערבארעמקייט, און זאלסט מיך לייטזעליקן (= מאכן חסד) מיט מתנת חנם אין דעם זכות פון די דריי הייליקע מצות וואס דו האסט אונז ווייבער געבאטן, דאס איז נדה, ה, הדלקת הנר, וועלכע איך האב מקיים געווען. און זיי זאלן זיין מליצים פאר דיין כסא הכבוד, דאס איך זאל זוכה זיין דורך דעם, דו זאלסט מיר געבן גוטע און פרומע קינדער, וואס זאלן זיין תלמידי חכמים.

דו זאלסט עפענען זייערע הערצער, זיי זאלן פארשטיין די סודות פון דיין תורה, און זיי זאלן לערנען פון דיין הייליקן נאמען וועגן. און זיי זאלן זיין פריש און געזונט און גאנץ אויף אלע גלידער, און זיי זאלן גאר קיין מום נישט האבן אין דעם גאנצן גוף, און זיי זאלן נישט זיין גאר צו לאנג, און נישט צו קורץ, נישט צו ווייס און אויך נישט צו שווארץ, נישט איבעריק קלוג און נישט נאריש, נאר זיי זאלן זיין חכמים ווי עס באדארף צו זיין, און זיי זאלן האבן חן וחסד אין דיינע אויגן און אין די לייט אויגן.
און איך מיט מיין מאן זאלן זוכה זיין צו דערציען זיי אין עושר און אין כבוד אויף לאנגע יארן. און קיין שום קינד פון אונזערע קינדער זאלן נישט שטארבן ביי מיין לעבן, און אויך נישט ביי מיין מאנס לעבן. און מיר זאלן האבן אונזער פרנסה בכבוד פון דיין געטרייע פולע האנט און נישט דורך הענט פון מענטשן. און מיר זאלן קענען טאן צדקה און גמילות חסדים מיט לייט, און מיר זאלן זוכה זיין צו זען מיט אונזערע אויגן קינדער און קינדס-קינדער אז זיי עוסק זיין אין דער תורה און מעשים טובים. און עס זאל אן (= אויף) אונז מקוים ווערן וואס ישעיהו הנביא האט געזאגט: אונזער גאט האט געזאגט, איך וועל מיין זיכערהייט מיט דיר באשטעטיקן, און מיין נבואה וועל איך לאזן רוען אויף דיר. און מיינע רייד, דאס מיינט די תורה וואס איך האב געטאן אין דיין מויל, דאס וועט נישט אפגעטאן ווערן פון דיין מויל און פון דיינע קינדערס מויל, דאס האט גאט געזאגט פון אצינד (= יעצט) אן ביז אייביק. אמן, כן יהי רצון, אמן סלה.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. דארום = דעריבער.
  2. פארפרעמד ווערן = זאלן נישט זיין פרעמד צו אונז, ווען מיר קענען זיי געבן פרנסה.
  3. ערן = ערלעך האלטן = לכבד.
  4. דערנערן = לזון, להאכיל, לכלכל. דערנערט ווערן = להיות נזונה.
  5. קאמערן = חדר, תא, לשכה.
  6. געווינען = געבוירן.