קיצור שו"ע עברי טייטש סימן צד

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן צד דינים פון ארבע כוסות. אנטהאלט פינף סעיפים.

א. יעדער ייד איז מחויב צו טרינקען ארבע כוסות די ערשטע צוויי נעכט פסח. און אפילו אן ארעמאן מוז עפעס פארקויפן צוליב ארבע כוסות. און מען דארף זען ווי ווייט מעגלעך צו האבן גוטן וויין אויף די ארבע כוסות.

ב. דער כוס פון די ארבע כוסות טאר נישט ווינציקער זיין פון א רביעית. און מוז זיין גאנץ. און מען דארף לכל הפחות אויסטרינקען א רוב כוס.

ג. עס איז א מצות עשה מן התורה די ערשטע צוויי סדר נעכט צו דערציילן ביציאת מצרים. איבער דעם דארף מען זען צו פארשטיין דעם טייטש פון דער הגדה, דאס מען זאל עס קענען פאר דעם בני בית דערציילן.

ד. די ארבע כוסות אויך די דריי זיתים מצה וואס מען דארף עסן, כזית מוציא, כזית כורך, כזית אפיקומן, מוז מען עסן אנגעלענטערהייט אויף דער לינקער זייט. ווען מען פארגעסט, מוז מען די ערשטע צוויי כוסות מיט די דריי זיתים מצה נאך אמאל טרינקען אדער עסן. אבער ווען ער פארגעסט די הסיבה פון די אנדערע צוויי כוסות דארף ער נישט נאך אמאל טרינקען.

ה. ווען א תלמיד זיצט מיט א רבי ביי דעם סדר, דארף דער תלמיד נישט צו האבן קיין הסיבה.


הערות שוליים

רעדאַקטירן