קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פח

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן פח דינים פון לישת ואפית מצות (פון קנעטן, אויך באקן די מצות). אנטהאלט זעכצן סעיפים:

א. דאס כשרן (= כשר מאכן) אויוון צו באקן מצות, זאל זיין על פי שאלת חכם.

ב. צו די מצות דארף מען שעפּן מצה וואסער פארנאכט, איידער דער זון גייט אונטער, און עס דארף שטיין צוגעדעקט א גאנצע נאכט, און ווען די נאכט איז קליין, טאר מען דערמיט נישט באקן, ביז עס איז שוין צוועלף שעה נאך דעם אנשעפּן.

ג. דער מנהג איז: אז דאס וואסער זאל נישט אפּשעפן קיין א"י. און מען זייעט עס דורך, און מען שטעלט עס אויף א קאלט ארט. און ווען עס איז חלילה איינער געשטארבן דארף מען דאס וואסער נישט אויסגיסן.

ד. ווען דאס וואסער איז ווייניק צובאקן מעג מען צעגיסן פריש וואסער, נאר באופן דאס (= אז) דאס וואסער וואס האט איבערגענעכטיקט פון נעכטיקן זאל זיין דער רוב.

ה. ווער עס וויל זונטיק באקן מצות, זאל ער זיך אנגרייטן מים שלנו דאנערשטיק פארנאכט. ווען אבער מען פארגעסט, זאל מען אנשעפּן פרייטיק נאך מנחה אדער אום (= אין) שבת דורך אן א"י.

ו. מען טאר די מצות נישט קנעטן און וועלגערן דארט ווי די זון קומט צו.

ז. מען דארף דאס מעל ווייט שטעלן פון דעם וואסער, אויך דער מעסער זאל זיך היטן תמיד צו האבן טרוקענע הענט.

'ח. דער קנעטער און די העלפערס מוזן זען דאס עס זאל נישט בלייבן קלעפּן אויף זייערע הענט קיין טייג. און דער בעקן פון קנעטן אויך אלע מכשירים פון וועלגערן מוזן זיי גלאטיק אן א שפּארונע (= שפּאלט), דאס עס זאל דארט נישט האלטן קיין שטיקל טייג. און לכל הפחות דארף מען זען אלע אכצן מינוט זיי אויסקראצן און ריין צו מאכן.

ט. תיכף ווי מען וועלגערט אויס די מצות, זאל מען זי רעדלען. און דער רעדלער זאל אויך זיך נישט שפּילן מיט די מצות, און תיכף נאך דעם רעדלען זאל ער זי לייגן אין אויוון אריין. נאר דער דערלאנגער אין אויוון אריין, דארף נזהר זיין נישט צו האלטן די מצה קעגן איבער דעם פייער.

י. די מצות פון דעם סדר נאכט, מוזן זיין פון בלויז מעל מיט וואסער. נאר די רעשט מצות מעגן זיין אויך מיט אייער, אבער נישט מיט קיין שום אנדערע זאך.

יא. דער וואס זעצט אריין די מצות, מוז זייער געשיקט (= פלינק) זיין, דאס עס זאל זיך נישט איינבייגן אדער אויפלויפן קיין מצוה. אויך זאל איין מצה אין דער אנדערער נישט אנרירן, דען, אז נישט, מוז מען דאס שטיקל מצה אפּברעכן. און זאל די מצה פריער נישט ארויסנעמען פון דעם אויוון, סיידן די מצה איז שוין געבאקן.

יב. יעדער ייד איז מחויב אליין צו זיין ביי זיינע מצות צו זען דאס עס זאל זיין כשר. אויך איז אום גלייכסטן (= צום גלייכסטן = צום בעסטן) צו באקן אויף דעם ערשן אויוון, אדער מען זאל נאך יענע מצות דעם אויוון איבערהייצן.

יג. די מיירע זאל מען נישט מאכן גרעסער ווי לויט דעם שיעור וואס מען דארף פאנאנדערטיילן די העלפערס.

יד. די מצות שמורה דארף מען ביי זיי נאך מער נזהר זיין די העלפערס זאלן שוין זיין בר מצוה, א נקבה זאל שוין לכל הפחות אלט זיין צוועלף יאר מיט איין טאג. און מען זאל זיי אנזאגן דאס זיי זאלן אין זינען האבן לשם מצות מצוה.

טו. ערלעכע יידן זענען זיך נוהג צו באקן מצות מצוה ערב פסח נאך חצות און זאגן הלל בשעת דעם באקן, מען דארף אבער דענסמאל נאך מיין (= מער) נזהר זיין. אויך מוז מען מפקיר זיין דענסמאל די ברעקלעך טייג וואס פאלן אראפּ.

טז. מעל לייגט אלע מצות צוזאמען אדער מען דעקט זיי איבער מיט א ליילעך, און מען נעמט חלה. און די וואס עסן נישט קיין שמורה, דארפן כאטש זען דאס די מצות פון סדר, זאלן זיין פון שמירה.

הערות שוליים

רעדאַקטירן