קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פד

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא) סימן פד הלכות יום טוב. אנטהאלט פיר סעיפים.

א. אלע מלאכות און אלע זאכן וואס עס איז אסור אין שבת, איז אין יום טוב אויך אסור. דער חילוק איז נאר אז אין יום טוב מעג מען טאן די זאכן וואס מען דארף אין יום טוב צוליב עסן פון יום טוב. (דאס הייסט "אוכל נפש"). נאר די זאכן וואס מען וואלט עס געקענט פארזארגן מערב יום טוב, וואס די פרישקייט אז נישט קיין מעלה, למשל האקן האלץ, שטויסן (קוועטשן, מאלן) זאלץ, דאס דארף מען טאן מערב יום טוב. און כאטשע ער דארף עס יום טוב צו דעם מאכל טאר ער נישט. טייל זאכן מעגל ער טאן אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער דארף עס צום מאכל דורך א שנוי.

ב. מען מעג נייען א העלדזל[1] נאר אז די נאדל זאל זיין איינגעפעדעמט מערב יום טוב, און דער פאדעם וואס בלייבט איבער נאך דעם נייעכץ זאל מען נישט אפשניידן, נאר אפברענען.

ג. טראגן אויף אזוי אן ארט וואו עס איז נישטא קיין עירוב מעג מען (אין יום טוב, נאר ווען עס איז דא צורך, אפילו נישט קיין אוכל נפש צורך, אבער אומזיסט טאר מען טראגן נישט[2]). אויך די אלע זאכן וואס זענען מוקצה (אין שבת זענען מוקצה אין יום טוב[3]), און ווען זיי זענען ערשט נולד געווארן אין יום טוב, איז דער דין אז אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) זיי זענען נולד געווארן אין ערשטן טאג יום טוב, מעג מען עס אין אן אנדער טאג ניצן. למשל מילך פון ערשטן טאג, אדער אן איי, מעג מען עס ניצן דעם צווייטן טאג יום טוב. נאר אין ראש השנה טאר מען אפילו פון דעם ערשטן טאג אויך נישט ניצן אין דעם צווייטן טאג.

ד. ווען עס געפאלן יום טוב ערב שבת, טאר מען נישט טוען קיין זאך אויף שבת, סיידן מען מאכט עירובי תבשילין. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט פארגעסן אדער דער עירוב איז אויפגעגעסן געווארן פאר שבת, זאל מען פרעגן א שאלה.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. ער מיינט די האלדז פון די געפילטע עופות, וואס מען פילט זיי אן, און מען נייט די הויט אין דעם האלדז.
  2. קיצור שולחן ערוך צח
  3. קיצור שולחן ערוך צט