קיצור שו"ע עברי טייטש סימן צג

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן צג דינים פון שבת ערב פסח. אנטהאלט דריי סעיפים:

א. ווען עס אויסגעפאלן שבת ערב פסח איז מען בודק חמץ דאנערשטיק, און מען זאגט כל חמירא. און פרייטיק פארברענט מען דאס חמץ אין דער זעלבער צייט פון ערב פסח, און מען זאגט נישט כל חמירא ביז שבת נאך דעם עסן. און פרייטיק א גאנצן טאג איז צייט צו פארקויפן דאס חמץ.

ב. די בּכורים פאסטן דאנערשטיק. און מען דארף דעם ערב שבת זייער נזהר זיין נישט פארגעסן קיין חלה צו נעמען, דען עס איז דא כמה חילוקי דינים אויף דעם.

ג. אויך דעם שבת קאכט מען נישט קיין מאכלים פון מען און גרויפּן. און מען דאווענט זייער פרי. אויך טיילט מען דאס עסן אויף צוויי, דאס מען בענטשט אין מיטן, און מען וואשט זיך נאך אמאל, יצא צו זיין שלש סעודות.

הערות שוליים

רעדאַקטירן