קיצור שו"ע עברי טייטש סימן צ

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן צ דינים פון הכשר כלים (כָּשֵרְן). אנטהאלט אכט סעיפים:

א. ערדענע כלים טאר מען נישט גליען און כָּשֵרְן (כשר מאכן).

ב. אלע זאכן וואס האבן שפּארעס (= שפּארונעס = שפּאלטן), אויך א זאך וואס מען קען נישט ריין מאכן פאר דעם כָּשֵרְן, טאר מען עס נישט כָּשֵרְן.

ג. יעדעס נישער (= גריבל) מוז מען פאר דעם כָּשֵרְן אפּרייבן. און נישט ניצן פיר און צוואנציק שעה ביז דעם כָּשֵרְן.

ד. אלע זאכן ווען מען דארף גליען מוז דאס גליען אזוי שטארק זיין, דאס עס זאל דארפן פינקען שפּריצן, דרום (= דעריבער) איז דער דין: דאס אזא כלי וואס עס איז צו רעכענען דאס ער וועט עס נישט לאזן גוט דערגליען, ווייל די זאל קען קאליע ווערן, טאר מען עס נישט גליען.

ה. דאס וואסער וואס מען כָּשֵרְט דערמיט, מוז גאנץ שטארק זידן בעת דאס כָּשֵרְן.

ו. ווען מען האלט די כלי וואס מען כָּשֵרְט זי מיט א צוואנג, דארף מען האלטן לייכט, דאס ( =אז) דאס ארט זאל אויך קענען געכָּשֵרְט ווערן.

ז. נאך דעם כָּשֵרְן גיסט מען אפּ מיט קאלט וואסער. און די דינים פון כָּשֵרְן, אויך וועלכע זאכן מען מוז כָּשֵרְן, זאל מען פרעגן א שאלה. און עס איז גלייך (= געהעריק) דאס יעדער בן תּורה אליין שטיין ביי דעם כָּשֵרְן.

ח. ערב פסח ביז צוועלף איז א צייט צו כָּשֵרְן.

הערות שוליים

רעדאַקטירן