קיצור שו"ע עברי טייטש סימן צא

מפתחות - סימן פד מלאכות יו"ט און עירוב תבשילין - סימן פה מלאכות חוה"מ - סימן פו ר"ח ניסן און שבת הגדול - סימן פז פסחדיק מעל - סימן פח הלכות מצה - סימן פט מאכלים וואס מען ניצט נישט אין פסח - סימן צ כשר-מאכן און אויסגליען - סימן צא בדיקת חמץ און פארקויפן דעם חמץ - סימן צב דיני ערב פסח - סימן צג שבת ערב פסח - סימן צד ארבע כוסות - סימן צה מרור און חרוסת - סימן צו סדר אפרעכענען - סימן צז ספירה ציילן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן צא דינים מבדיקת חמץ ומכירת חמץ (חמץ בודק זיין אויך פארקויפן) אנטהאלט ניין סעיפים:

א. די נאכט וואס איז שייך צו ערב פסח איז מען בודק חמץ. און א האלבע שה דער פריער איידער עס ווערט נאכט, טאר מען נישט טוען קיין שום זאך ביז נאך בדיקת חמץ.

ב. פאר בדיקת חמץ מוז שויך זיין אומעטום ריין. און דאס חמץ וואס מען דארף נאך עסן, זאל ליגן אויף אן ארט אוועקגעלייגט און פארדעקט דאס ער זאל נישט זען בעת בדיקה, אויך דאס קיין עכברים זאלן עס נישט פארשלעפּן.

ג. עס איז גלייך בודק צו זיין ביי א וואקסן לעכטל. נאר עס טאר נישט זיין קיין צוויי פלאמען דערינען. און מיט א חלב'ן מען מען אויך אזוי באלד ער האט נישט קייין וואקסנ'ס.

ד. איידער ער הייבט אן בודק צו זיין, מאכט ער די ברכה, און זאל נישט ארויסרעדן ביז נאך דער גאנצער בדיקה.

ה. אין אלע ערטער וואס מען גייט נאר א מאל אריין מיט חמץ, מוז מען בודק זיין, למשל, א קעלער א קאמער פון האלץ, אבוידער, און אין שטוב אין אלע ווינקלעך, און אין אלע שפּּארעס (= שפּארונעס = שפּאלטן).

ו. מען איז זיך נוהג צו לייגן שטיקלעך חמץ, דאס דער וואס איז בודק זאל נישט זען וואו מען לייגט עס, נאר אין מיטן די בדיקה זאל ער עס געפינען, און דאס חמץ וואס ער געפינט בעת בדיקה מוז ער גוט פארבינדן און באהאלטן פאר די עכברים אויף אזא ארט וואס ער זאל מארגן ביי ביעור חמת נישט פארגעסן צו פארברענען.

ז. ווען מען ווערט פארטיק מיט דער בדיקה, זאגט מען כל חמירא. און דער וואס פארשטייט נישט קיין לשון הקודש, זאל ער זאגן אויף טייטש יעדעס חמץ אדער זויער טייג וואס געפינט זיך אין מיין רשות, זאל זיין הפקר, ער זאל זיין גערעכענט ווי פּראסטע ערד.

ח. ווער עס פארט אוועק פאר פסח, דאס ער וועט קומען צוריק נאך בדיקת חמץ, זאל ער מאכן א שליח וואס זאל בודק חמץ זיין.

ט. דאס חמץ פארקויפן מוז מען ביי א תלמיד חכם. און שפּעטער ווי (= פון) עלף א זייגער , טאר מען נישט פארקויפן. אויך די כלים וואס מען קען זיי נישט דעררייניקן פון חמץ, זאל מען פארקויפן אין חמץ אריין. און די רעשט חמצ'דיקע כלים זאל מען ריין אויסוואשן, און אוועקשטעלן אויף א פארשטעלט ארט, דאס ער זאל נישט קענען ניצן זיי חלילה אום (= אין) פּסח.

הערות שוליים

רעדאַקטירן