עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ה די רועים

עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה


פרק ה די רועים

א. אין יחזקאל (לד) איז דאָ אַ קלאָר בילד פון דעם דור פון עיקבתא דמשיחא, און פון זיינע רועים. דער דור איז איינגעטיילט אויף 5 קלאַסן, (אין רוחניות): א) שוואַכע, ב) קראַנקע, ג) צעבראָכענע אברים, ד) נדחים, און ה) אובדים. דאָס איז אַלץ אין באַציאונג[1] צו יידישקייט.

די לעצטע דריי מדריגות זיינען דריי פאַרשיידענע סאָרטן פון מומרים – אַזעלכע וואָס שיידן זיך אָפּ פון כלל ישראל, מיט דעם וואָס זיי אונטערוואַרפן זיך[2] נישט דער דיסציפּילן[3] פון איינע אָדער מערערע מצוות פון דער תורה, – דער ווילנער גאון זאָגט: אַ מומר לדבר אחד איז אַ מחוסר אבר אין נפש. דער וואָס אונטערוואַרפט זיך נישט צו הערן אַ באַשטימטע מצוה פון דער תורה, ווערט אָנגערופן אַ בעל מום – פאַרקריפּעלטער[4] – עס פעלט אים אַ גליד אין זיין נפש.

מומרים לכל התורה גיבט עס [5] צווייערליי. אַ כופר איז די זעלבע ווי אַ משומד, אָבער ער איז נאָך מיט יידן צוזאַמען, דאָס זיינען נדחים, פאַרשטויסענע. נאָך אַן אופן איז, אַז ער האָט זיך צוגעמישט מיט די גויים, דאָס זיינען די אובדים, פאַרלוירענע. קיינער ווייסט שוין נישט אַז זיי זיינען מזרע ישראל. די רועים וועלכע מאַכן אַ לעבן פון דעם צאן – החלב תאכלו והצמר תלבשו, (טייטש: דאָס פעסט עסט איר, און מיט דער וואָל קליידט איר אייך) – דאַרפן אויפפּאַסן [6] אויף די שעפּסן, אבער זיי טוען עס נישט. די צאן בלאָנדזשען אַרום אויף די אַלע בערג און בערגלעך, און ווערן אויפגעגעסן פון אַלערליי חיות, און קיינער קימערט זיך [7] נישט וועגן זיי, אין דורש ואין מבקש.

לכן זאָגט הקב"ה וועל איך מאַכן די רועים אויס רועים, און איך וועל אליין ווערן דעם רועה פון מיינע צאן. וואָס וועל איך טאָן? א) את האובדות אבקש, ב) ואת הנדחת אשיב, ג) ולנשברת אחבוש וכו', (טייטש: די פאַרלוירענע וועל איך אויפזוכן, די פאַרבלאָנדזשעטע וועל איך צוריק ברענגען, די געבראָכענע וועל איך באַהאַנדלען א. א. וו.) דאָ דאַרף מען באַמערקן דעם סדר פון די דריי פּונקטן.

גאר צו ערשט, דער ערשטער פונקט: את האובדות אבקש, די וועלכע זייערע עלטער זיידעס און באָבעס האָבן זיך געשמדט מיט 120-130 יאָר צוריק, וועט מען אויסזוכן און אויסגעפינען דאָס (= אַז) זיי זיינען נישט קיין אַריער אריער[8]. מען וועט זיי קלאַפן אין קאָפ: זאָלט וויסן, דאָס (= אַז) איר זייט יידן און דאָס (= אַזוי) מוז איר בלייבן. אין א מדינה וואו עס זיינען דאָ טויזענטער גויים אויף איין ייד, וועט מען די פאַרלוירענע יידן זוכן און געפינען. אין דעם פונקט האַלטן מיר אין יעצטיקן מאָמענט. דער פּראָצעס [9] איז נאָך נישט צו ענדע, ער איז נאָך אין מיטן אָבער ער שפרייט זיך שנעל פון איין לאַנד צו די איבעריקע מדינות.

בשעת דאָס וועט זיין צו ענדע, אַלע אובדים וועלן געפונען ווערן, דאַן וועט קומען דער צווייטער פונקט: ואת הנדחת אשיב, דען דאַן וועלן שוין די געוועזענע[10] אובדים אויך אריין אין כלל פון די נדחים. נאַכער וועט זיין דער דריטער פונקט: ולנשברת אחבוש וכו'.

ב. עס איז נאָך דאָ צו באַמערקן אין דער נבואה, דער אויסדרוק ישגו צאני. דאָס באַווייזט אז דער דור בכלל – אויסער די רועים – ווערט אין הימל באַטראַכט ווי שוגגים, כי לכל העם בשגגה. עס קומט ארויס אז עס וואָלט געווען נישט שווער צוריק צו ברענגען יידן צו דער תורה ווען נישט די רועים וועלכע זיינען אַ מחיצה בין ישראל לאביהם שבשמים. אַן אייזערנע וואַנט צווישן יידן און זייער פאָטער אין הימל. די מורים, די מדריכים, די שרייבערס, די פּאַרטיי פירערס, זיי לאָזן נישט אריינדרינגען קיין ליכט שטראַל פון דער תורה ביי יידן. זיי האָבן זייער תורה, זייערע חכמי התורה, זייערע גדולי הדור. זיי פאַרפינצטערן יידישע מוחות און הערצער מיט א נייע תורה און נייע מצוות.

עס איז צו באַמערקן דאָס (= אַז) בשעת צו די יידן קומט ארויס יע צו הערן – זעלטן ווען, אמת תורה געדאַנקען – שלינגען זיי עס ווי דאָרשטיקע. אָבער די רועים גיבן זיי שטיינער אַנשטאָט דימאַנטן. אַנשטאָט תורה געדאַנקען גיט מען די לעזערס און די הערערס כפירה געדאַנקען. אין בעסטן אופן לעזט מען און הערט מען בדחנות און ליצנות מיט אַ פּאָרציע ניבול פה. דאס זיינען די רועים וועגן וועלכע דער נביא האָט פאָראויסגעזאָגט אויף אונזער צייט.

ג. אין דער נבואה וועט דערמאָנט א קאַטעגאָריע פון די צאן זעלבסט, השמינה והבריאה, "די פעטע או די שטאַרקע". דאָס זיינען אַסאַך פון אונזערע מאָדערנע גבירים, וועלכע טרעפן אויסצוגעבן געלט אויף אַלץ וואו מען דאַרף נישט געבן. נאָר וואו מען דאַרף געבן, דאָרט וואו די תורה הייסט געבן, זיינען זיי נישטאָ. זיי זיינען ארומגעשטעלט מיט שומרים וועלכע לאָזן נישט, צו גיין צו זיי.

אין דער נבואה ווערט געשילדערט: וואָס עס בלייבט איבער פון אייער עסן, צוטרעט איר מיט די פיס, און דאַן באַקומען עס די אָרעמע און די שוואַכע. בשעת מען קוקט זיך צו, צו דער באַציאונג פון אונזערע מאָדערנע גברים צו בני תורה, וועלכע זיינען די שוואַכסטע פון די שוואַכע, און די עלענדסטע פון די עלענדע, קען מען פאַרשטיין ווי קלאָר עס איז דאָס בילד פון דער נבואה.

וואָס וועט ווערן פון די גבירים? דאָס זעלבע ווי פון די רועים, עס ווערט נתקיים די נבואה והשארתי בקרבך עם עני ודל, "עס וועט בלייבן פון דיר אַן אויסגעאָרעמט און געפּייניקט פאָלק".

ד. אין דער לעצטער צייט איז צו באַמערקן: וואו מען קומט צווישן די יידן טרעפט מען דאָס (= אַז) זיי זיינען צוזאַמענגעקומען אדער צוזאַמענגעלאָפן פון די פאַרשיידענע געגענטן. אַמאָל איז נישט אַזוי געווען, יעדע געגענט האָט געהאַט זיינע יידן, עס האָט נישט פּאַסירט דאָס אין איין שטאָט זאָל זיין א גרויסע צאָל יידן פון ווייטע געגענטן.

מה נשתנה? איז דערויף געווען אַ באַזונדערע נבואה וועגן אונזערער צייט: והניעותי בכל הגויים את בית ישראל כאשר ינוע בכברה, (עמוס ט) "יידן וועלן צעוואָרפן[11] ווערן אזוי ווי קערנער בשעת מען זיפט" זיי. פלעגט זאגן דער חפץ חיים ז"ל: אין דער זיפ פאַלט איין קערן[12] נענטער און איינער ווייטער, אָבער בלייבן אויף זיין אָרט, בלייבט קיינער נישט. אזוי וועט זיין מיט יידן אין עיקבתא דמשיחא.

ער האָט געזאָגט בשם הראב"ד (שלהי עדיות), דאָס (= אַז) פאַר משיח וועט קומען וועלן זיין יידישע פאַמיליעס צעטיילט, די עלטערן וועלן זיין אין איין מדינה און די קינדער, יעדערער אין אַן אַנדער מדינה. און מען קען נישט צוזאַמענקומען ביז אליהו וועט קומען והשיב לב אבות על בנים, ולב בנים על אבותם, "צוריקברענגען די עלטערנס הערצער צו זייערע קינדער, און די קינדער הערצער צו זייערע עלטערן". (סוף מלאכי).

ה. נאָך אַ דערשיינונג איז צו באַמערקן: די גאַנצע וועלט איז יעצט אין אַן אויפגערייצטן צושטאַנד. מען געפינט זיך ווי אין א וואַלד צווישן אויפגערייצטע חיות. איין מדינה אויף דער צווייטער, און אין דער זעלבער מדינה איין נאַציאָן אויף דער צווייטער, און אין זעלבן פאָלק איין פּאַרטיי אויף דער אנדערער וכו'. אַ דערשיינונג וואָס איז קיינמאָל נישט געווען אין אַזאַ אַלוועלטלעכן מאָסשטאַב[13]. דאָס איז פאָרויסגעזאָגט געוואָרן וועגן עקבתא דמשיחא אין דער נבואה ואשלח את כל האדם איז ברעהו, "איך וועל אָנרייצן איין מענטש אויף דער צווייטן". (זכריה).

ו. דור שבן דוד בא פני הדור כפני הכלב, די פָּנימער פון דעם דור וועלן זיין א פָּנים פון א כלב (סוטה, ופרק חלק). דער מנהג פון א כלב איז דאס ער לויפט פאָרויס פאַר דעם בעל הבית, עס זעט אויס דאָס (= אַז) דער כלב גייט וואו ער וויל און דער בעלים, אייגנטימער, קוקט אויף זיין כלב און גייט נאָך, אָבער מיר ווייסן אַז אין דער ווירקלעקייט איז עס גאָר פאַרקערט. דער בעל הבית גייט וואו ער האט נויטיק, און דער כלב לויפט פאָראויס וואו דער בעל הבית וויל גיין. אויב דער בעל הבית קערט זיך אום צוריק, לויפט דער כלב אויך צוריק און פאָרויס.

בשעת עס פירט זיך ביי יידן לויט דער תורה זיינען די פני הדור, די וועגווייזערס. זיי באַטראַכטן וואו מען דאַרף גיין, און דער דור גייט נאָך די פני הדור. אין עיקבתא דמשיחא וועט זיין געבראָכן דער אויטאָריטעט פון תורה, וועט דער דור גיין וואו ער פאַרשטייט, און די פני הדור וועלן זען וואו דער דור וויל גיין, און דאָרטן זיי פאָראויסלויפן ווי דער כלב. (בשם הגאון רבי ישראל סאַלאַנטער). מיר זעען יעצט ווי רבנים לויפן מיט דער גאַס צו ווייזן זייער דעמאָקראַטיזם און מען לויפט באַרג אראָפ ביז צום אָפגרונד.

א צווייטע באַדייטונג פון פני הכלב פלעגט זאָגן דער חפץ חיים ז"ל (בשם הגרי"צ בנו של בעל נפש החיים ז"ל): די נאַטור פון א כלב אז מען וואַרפט אויף אים א שטיין, לויפט ער בייסן דעם שטיין. בשעת עס שטייט אויף אַ המן אויף די יידן דאַרף מען וויסן, אז דאָס איז נאָר אַ שטעקן מיט וועלכן מען שלאָגט יידן פון הימל.

אוי אשור שבט אפי, אשור איז די רוט פון מיין צאָרן. עס האָט נישט קיין זין, דאָס (= אַז) מיר זאָלן האַלטן מלחמה מיט דעם שטעקן, דען אין הימל פעלט נישט קיין שטעקנס. הרבה שלוחים למקום, מען דאַרף אָנווענדן[14] מיטלען דאָס (= אַז) מען זאָל פון הימל נישט וואַרפן דעם שטעקן. אָבער אין עיקבתא דמשיחא וועט נישט קיין דעת זיין, וועט מען לויפן בייסן דעם שטעקן ווי דער כלב. דא זעט מען יעצט ווי אונזערע מאָדערנע פירערס האבן דערקלערט[15] קריג אויף די מעכטיקסטע מלוכות אין דער וועלט. מה כוחינו ומה גבורותינו. מיר וועלן שיסן מיט אַרטיקלען אין יידישע צייטונגען. וואָס איז דער רעזולטאַט פון דעם? אויפרייצן די שלאַנגען וואָס מער אויף יידן. די פירערס זעען נאָר דעם שטעקן, און ווילן נישט וויסן ווער עס שלאָגט מיט דעם שטעקן. והעם לא שב עד מכהו, און דאָס פאלק קערט נישט צו דעם וועלכן מאַכט אים שלאָגן. (ישעיה).

ז. בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, עס וועט זיך מערן חוצפה. נאָך אַ באַדייטונג פון יסגי, איז גדולה. צו זיין מגדולי הדור אין די פריערדיקע צייטן האט מען זיך געפאָדערט תורה ויראה און חכמה, אין עיקבתא דמשיחא וועט זיין א גדול דער וועלכער באַזיצט[16] חוצפה, און וואָס מער חוצפה ער האָט, אלץ מער גדול איז ער.

מיר זעען יעצט ביי די פּאַרטיי פירערס וואָס זייער איינציקע קוואַליפיקאַציע[17] צו זיין פירער איז נאך זייער חוצפה.

ח. ואין תוכחה. עס זיינען שטענדיק ביי יידן געווען מוכיחים, וועלכע פלעגן פאָרן מעיר לעיר, זאָגן תוכחה, אויסער וואָס אין יעדער שטאָט פלעגט פון צייט צו צייט זאָגן תוכחה דער אָרטיקער רב. מיט הונדערט יאָר צוריק איז געווען מפורסם דער דובנער מגיד, נאָך וועמען דער ווילנער גאון האָט געשיקט רופן ער זאָל זאָגן אים – דעם גאון – תוכחה. אין דער לעצטער צייט איז געווען דער קעלמער מגיד, וועלכער האָט מיט זיינע פייערדיקע דרשות מחזיר בתשובה געווען פילע מענטשן.

אין די תשובות פון ראשונים (רשב"א, ריב"ש) זעט מען דאָס אין זייערע צייטן זיינען געווען אין יעדער שטאָט ברורי עבירות וואָס זייער אויפגאַבע איז געווען מבער צו זיין די עוברי עבירה. יעצט איז מער נישטאָ קיין מוכיחים, רעדנער זיינען דאָ איבערגענוג[18], אָבער זיי זאָגן נישט קיין תוכחה, זיי דערמאָנען איבערהויפט נישט קיין דבר תורה. ווער זיינען די רעדנער? געדונגענע פּאַרטיי אַגיטאַטאָרן[19] וועלכע האָבן די אויפגאַבע צו פאַרשלעפן דעם עולם מיט זיסע חלומות וועגן די גאולה, וואס זייער פּאַרטיי וועט ברענגען פאַר יידן- די נאַציאָנאַלע, – אָדער פאַר דער גאַנצער וועלט – די אינטערנאַציאָנאַלע.

הגם אלע זעען דאָס די חלומות ווערן צערונען[20], אלע עבודות זרות'ס אויף וועלכע מען האָט געהאָפט, ווערן אומ'ברחמנות'דיק[21] צעבראָכן און צעטרעטן[22], אָבער די נביאי השקר ווערן נישט דערשוויגן. די מרגלים בשעת זיי האָבן געזאָגט שקר, האָבן זיי אריינגעוואָרפן אַ מקצת אמת אויך, ווייל כולו שקר איז נישט מתקיים (רש"י). אָבער די היינטיקע שקרנים האָבן די דאגה גאָרנישט, זייער שקר זאָל האָבן א קיום, דען אויס עס וועט בטל ווערן איין שקר, זיי שוין צוגעגרייט דרייסיק אַנדערע שקרים מיט פאַרשיידענע נעמען, און די גאַס וועלכע איז פרעמד פון דעת תורה, איז נישט אימשטאַנד מבחין צו זיין בין קלא אילן לתכלת.

שקר אין לו רגליים, ער קען נישט אליין גייט און נישט שטיין, ער מוז האָבן ווער עס זאָל אים טראָגן. ווער טראָגט די היינטיקע נביאי השקר? די שכחת התורה, די עם הארצות. דער חפץ חיים פלעגט זאָגן: די תורה איז מאירת עיניים, זי גיט אריין אַ ליכטיקייט אין די אויגן. אָבער אָן דער תורה האָט מען נישט די ליכטיקע סטאַר[23]. רואות ואינן יודעות מה הן רואות, עס איז אַ פינצטערניש, און אין חושך קריכן ארויס אלערליי חיות: "בו תרמוש כל חיתו יער". אם אין דעת הבדלה מנין, ווען עס איז נישטאָ קיין פאַרשטאַנד, ווייס מען אויך נישט אונטערצושיידן.

כי רבים חללים הפילה ועצומים כל הרוגיה, זה תלמיד שלא הגיע להוראה ומורה, "פילע קרבנות האָט זי פאַרלאַנגט – די אומוויסנדיקייט. – און מעכטיק[24] איז די צאָל פון אירע הרוגים". – זאָגט די גמרא – "דאָס זיינען די רעזולטאַטן פון דעם וואָס תלמידים וועלכע זיינען נאָך נישט רייף, הויבן אן צו זיין פירערס". דאָס רעדט זיך אפילו נאָר וועגן איינצעלענע שאלות פון כשר און טריפה. ווי איז שוין וועגן שאלות וועלכע זיינען נוגע דעם גאַנצן כלל ישראל? ווער היינט אונזערע וועגווייזערס אין די שאלות? ריקים ופוחזים וועלכע באַזיצן נישט דעם מינדסטן טייל פון דעת תורה, שפלים וועלכע זיינען די טאָן געבערס און די מנהיגי הדור. עס ווערט נתקיים די נבואה ותעלולים ימשלו בה, "און די דערוואָקסענע זיינען זייערע מושלים".

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. אין באציאונג = ביחס.
  2. אונטערווארפן זיך = לקבל מרות, לשים את עצמו מתחת למשמעת.
  3. דיסציפּילן = משמעת, ציות, ציתנות.
  4. פארקריפּעלטער = בעל מום.
  5. גיבט עס = יש. (גרמנית).
  6. אויפפּאסן = להשגיח, לשמור, לשים לב.
  7. קימערן זיך = דאג, היה איכפת לו.
  8. מגזע הארי.
  9. פּראצעס = תהליך.
  10. געוועזענע = הקודמים, לשעבר.
  11. צעוואָרפן = מפוזרים.
  12. קערן = גרעין.
  13. אלוועלטלעכן מאָסשטאַב = קנה מדה עולמי.
  14. אנווענדן = לנקוט.
  15. דערקלערן = להכריז, להצהיר.
  16. באזיצן = החזק, היה בעל. באזיצט חוצפה = היה בעל חוצפה.
  17. קוואליפיקאציע = כישור, מומחיות, מקצועיות.
  18. איבערגענוג = די והותר.
  19. אגיטאטאר = תעמולן, מסית.
  20. צערינען זיך = התבטל. בעבר = צערונען.
  21. אומ'ברחמנות'דיק = בלי רחמנות.
  22. צעטרעטן = לרמוס, לדרוך.
  23. סטאַר = כוכב. (אנגלית).
  24. מעכטיק = עצום, כביר, אדיר.