עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ב שירת האזינו

עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה


פרק ב שירת האזינו

א. ביי דער שירה געפינט זיך אין דער תורה א הקדמה – פאָרוואָרט – (דברים לא יט-כא) און אַ נאָכוואָרט [1] (דברים לב מו). אַ זאַך וואָס מען געפינט זיך נישט ביי קיין שום פּרשה אין דער תורה. פון דעם איז צו זען די אויסערגעוויינלעכע וויכטיקייט פון דער פרשה. וואָס שטייט דאָרט? דאָרט איז פאָראויסגעזאָגט אַלעס וואָס וועט פּאַסירן מיט יידן ביז דער צייט פון משיח. וועגן דער לעצטער צייט פאַר משיח, גיט עס[2] דאָרט איינציקע פסוקים וועלכע ווערען דָא ציטירט לויט פירוש רש"י. כי ידין ה' עמו ועל עבדיו יתנחם "בשעת הקב"ה וועט שוין האָבן געמישפט זיין פאָלק", ד.ה. בשעת יידן וועלען האָבן אָפגענומען אַלע פורעניות וועלכע זיי האָבן פאַרדינט, דאַן, ועל עבדיו יתנחם וועט קומען די גאולה.

ווען וועט עס זיין? כי יראה כי אזלת יד ואפס עצור ועזוב, בשעת הקב"ה וועט זען, עס ענדיקן זיך די כוחות פון כלל ישראל, און עס איז נישטאָ קיינער ווער עס זאָל העלפן, דאַן וועט קומען די גאולה.

דאָס זעלבע איז האַלט ווידער [3] אין נביא: ואביט ואין עוזר ואשתומם ואין סומך ותושע לי זרועי (ישעיה סא), הקב"ה זאָגט: "איך האָב זיך ארומגעזען, און עס איז נישטאָ קיינער וואָס העלפט. איך האָב מיך געוואונדערט [4] נישט זעענדיק קיינעם וואָס שטיצט, דאַן איך האָב גענומען מיין אָרעם צו העלפן". אין אַ צווייטן אָרט שטייט: וירא כי אין איש וגו, "און ער האָט געזען אז עס איז נישטאָ קיינער". דאָס באַדייט: אז עס איז נישטאָ ווער עס זאָל פאַר זיי מתפלל זיין.

ויאמר אי אלהימו צור חסיו בו, השי"ת וועט זאָגן: "וואו זיינען אייערע אָפגעטער אויף וועמען איר האָט געהאָפט אז זיי וועלן אייך שיצן". אשר חלב זבחימו יאכלו, "צו וועמען איר האָט מקריב געווען קרבנות פון די בעסטע". יקומו ויעזרוכם, זאָלן זיי אייך העלפן.

דאָ שטייט: דאָס (= אַז) אין דער לעצטער צייט פאַר דער גאולה וועלען די יידן דינען צו פאַרשידענע עבודה זרהס, דענקענדיק וועגן יעדער עבודה זרה בשעתה אַז זי וועט זיי העלפן.

וועלכע עבודה זרה האָט מען געדינט? מען דאַרף פאַרשטיין וואָס איז עבודה זרה, יעדע זאַך וועלכער אַ מענטש דענקט [5] אז דאָס קען אים אַ טובה טאָן, אָדער אַ רעה אויסער השי"ת, איז עבודה זרה. כך מטיבה כך מריעה – סנהדרין. זי קען טאָן גוטס, זי קען טאָן שלעכטס. יעצט זאָל מען עראינערן[6] צו וויפל עבודה זרה'ס מען האָט געדינט אין די לעצטע הונדערט יאָר? אָנפאַנגענדיק פון די אזוי גרופענע הסכלת ברלין, ריכטיק געזאָגט הסכלת ברלין, אויף וועלכע מען האָט געהאָפט אז זי וועט ברענגען אַ ישועה.

בשעת עס האט אָנגעפאַנגען בלאָזן א ווינט פון ליבעראַליזם זיינען יידן געווען אין די פאָדערשטע רייען פון די ליבעראַלן. נאַכער אז די ליבעראַליזם האָט אויסגעלעבט [7] זיינע יאָרן, האָבן יידן זיך געוואָרפן צו דעמאָקראַטיזם, סאָציאַליזם, קאָמוניזם, און אַלערליי איזמען [8], מיט וועלכע מיר זיינען געבענטש.

צו די אַלע עבודה זרה'ס האָט מען מקריב געווען קרבנות אין געלט און נפשות. אָבער זיי האָבן אַלע פאַרפירט, קיינע פון זיי האט נישט דערפילט די האָפענונג וועלכע מען האָט דערוואַרט פון זיי. נאָך מער, די אַלע איזמען זיינען געשטאָרבן מיט א מיתה חטופה, מיט אַן אומנאטורלעך טויט. זיי זיינען פאַרשוואונדן פלוצלינג אומגעריכטערהייט [9].

מיט וואָס דערקלערט זיך דאָס? אין יחזקאל כט שטייט יען היותם משענת קנה לישראל, "ווייל זיי זיינען געווען א פאַרפירערישע שטיצע פאר ישראל". ווייל די יידן אויף די מצריים געהאָפט, וואָס זיי זיינען שולדיק די מצריים? נאָר דאס איז פון משפטי התורה אַז עבודה זרה זאָל בטל ווערן. ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים, (פרשת בא) "מיט די מיצרישע אָפגעטער וועל איך אָפרעכענען". והאלילים כליל יחלופון, אז יידן האָבן געהאָפט אויף מצרים האָבן זיי געמאַכט פון די מצריים עבודה זרה.

מיר האָבן געזען א וואונדערבאַרן פאַקט: אין א מדינה וואו עס זיינען געוואוינט זעכצן מיליאָן סטציאַליסטן זיינען זיי איבערנאכט [10] פאַרשוואונדן אזוי אז עס פון זיי קיין זכר נישט געבליבן. דאָס איז געווען עבודה זרה וועלכער יידן האָבן זיך געבוקט און מקריב געווען די גרעסטע קרבנות.

מען האט געהאָפט אויף קאָמוניזם אז דאס וועט ברענגען גלייכהייט און פרייהייט, איז געקומען די רויטע ממשלה און האָט געוויזן וואָס דאָס איז גלייכהייט און פרייהייט.

מיר זעען דאָס (= אז) די אַלע עבודה זרה'ס, אויף וועלכע מיר האָפן זיינען אַלע צעבראכן און באַשפּיגן [11], זאָגט הקב"ה: יקומו ויעזרוכם, פאַרוואָס העלפן זיי אייך נישט. ראו כי אני אני הוא, עס איז שוין צייט איר זאָלט פאַרשטיין דאָס איך, נאָר איך קאָן איין העלפן.

אָבער מען וויל נישט פאַרשטיין, מען קלאַמערט זיך [12] אָן [13] די רעשטלעך [14] פון גוסס'דיקן דעמאָקראַטיזם, דאָס וועט אונז העלפן, אזוי ווי עס האָבן אונז געהאָלפן די פריערדיקע עבודה זרה'ס.

ב. אויסער די אַלגעמיינע [15] איזמען, זיינען מיר געבענטש מיט א ספעציעלן יידישן איזם. דער מאָדערנער נאַציאָנאַליזם וועלכער האט זיך פאַרמאסטן [16] ברענגען אַ גאולה דעם כלל ישראל אין גשמיות, און איבערהויפט [17] אין רוחניות; אויפשטעלן אַ ניי פאָלק ישראל, וועלכער זאָל אַראפוואַרפן פון זיך דעם שטויב פון די פריערדיקע דורות. אַ דור וועלכער פּריידיקט [18]: הס מלהזכיר בשם השם, שאַ! נאָר נישט דערמאָנען דעם נאָמען פון גאָט.

די אויפגאַבע פון אַזאַ דור איז א באַשיידענע [19]: ארויסטרייבן דעם רבונו של עולם פון אַלע יידישע הייזער, און פון אַלע יידישע הערצער. ווער וועט אונז העלפן? מיר וועלן זיך העלפן. כוחי ועוצם ידי, ווער איז דאָס מיר? דאָס זיינען אונזער נאַציאָנאַלע יוגנט, די העלדן וועלכע האָבן אריינגעפירט יידן אין קריגס-צושטאַנד מיט מלכות שמים. זיי וועלן ברענגען די גאולה? זיי האָבן זיך פאָרגעשטעלט אַז דאָס איז אַ גאַנץ לייכטע זאַך. ווי עס ווייזט זיך אָבער יעצט ארויס, איז טרייבן דעם רבונו של עולם, גאָר נישט קיין לייכטע זאַך, ער איז שטאַרקער ווי אַלע אונזערע פירערס צוזאַמען. און מיר בלייבן יעצט ווי אָפּגעשמיסענע טפשים... און נישט נאָר טפשים זיינען מיר, נאר "טפשאי דטפשאי דמגמרי להו ולא גמרי", "טפשים אין פאַרגלייך מיט טפשים, מען לערענט מיט זיי, און זיי לערנען גאָרנישט אויס". (יומא נז) מען לערענט מיט אונז און מען קלאַפט אונז אין די קעפ, און מיר מאַכן זיך נישט הערענדיק.

עס שטייט: ובא לציון גואל ולשבי פשע ביעקב (פשע זו המרד, וכן הוא אומר אז תפשע לבנה) "עס וועט קומען א דערלייזונג פאַר ציון, און צו די פון יעקבן וואָס קערן צוריק פון זייערע ווידערשפּעניקייט". שטייט דאָ א באַדינגונג [20] צו דער ישועה, אז מורדים ווערן שבים, און ווי לאַנג עס וועלן זיין אונזערע פירערס מורדים, וועלעכע פּריידיקן רעוואָלט [21] געגן מלכות שמים, קאָן קיין ישועה נישט קומען.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. נאכווארט = הוספה, מלואים.
  2. גיט עס = יש (גרמנית).
  3. ווידערהאלט = חוזר על עצמו.
  4. איך האב מיך געוואונדערט = איך האב זיך געוואונדערט.
  5. דענקען = היה סבור. דענקט = סבור.
  6. עראינערן = געדענקען. ס'שטאמט פון דיישט sich erinnern = געדענקען.
  7. אויסלעבן = חיה עד הסוף
  8. איזמען = דאס איז א ווארט וואס האט מען גענוצט אין ליטע וועגן די אלע שיטות וואס ענדיקן זיך מיט די אותיות "יזם". ליבעראליזם, דעמאקראטיזם, סאציאליזם, קאמוניזם, א.א.וו.
  9. אומגעריכט = בפתע פתאום, בהסח הדעת, במפתיע, פתאומי.
  10. איבערנאכט = במשך לילה, בן לילה.
  11. באשפּיגן = געשפּיגן.
  12. קלאמערן זיך = התאחז, החזק, הדבק.
  13. אָן = אויף
  14. רעשטלעך = שאריות.
  15. אלגעמיינע = כלליים.
  16. פארמעסטן זיך = התחרה, התנצח, האבק.
  17. איבערהויפט = בעיקר.
  18. פריידיקן = לדרש, להטיף, לנאום.
  19. באשיידן = צנוע, עניו.
  20. באדינגונג = תנאי.
  21. רעוואלט = מרד, מרידה.