עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק א עיקבתא דמשיחא
עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה
א. די יידישע געשיכטע איז געטיילט אין פּעריאָדן [1] – תקופות – תקופת התנאים, תקופת האמוראים, תקופת רבנן סבוראי, תקופת הרבנים, וכו. די לעצטע תקופה פון יידישער געשיכטע איז באַוואוסט אין כתבי הקודש מיט דעם נאמען אחרית הימים. און אין גמרא ווערט די תקופה באצייכענט מיט די ווערטער עיקבתא דמשיחא אדער חבלי משיח. נאָר אחרית הימים אַנטהאַלט סיי די צייט פאַר דער גאולה, ווי אויך די צייט בשעת משיח וועט קומען. אבער עיקבתא דמשיחא אדער חבלי משיח באַדייט נאָר די לעצטע צייט פאַר משיח וועט קומען.
וועגן די תקופה שרייבט דער רמב"ם אז כל דברי הנביאים מלאים מזה..., "אַלע רייד פון די נביאים זיינען אויסגעפילט מיט דעם". און ווירקלעך געפינט זיך אין חומש און דברי נביאים באַשריבן [2] ווי עס וועט זיין אין יענער צייט דער מצב פון יידן גייסטיק און מאַטעריעל – ברוחניות ובגשמיות. אין דניאל י"ב שטייט, דאָס (= אַז) עס וועט זיין אַזאַ עת צרה לישראל וועלכע יידן האָבן נישט געהאַט מיום היותה לגוי, ד. ה. אַז זאָגאַר [3] אין די צייטן פון חורבן בית המקדש זיינען די צרות נישט געווען אין אַזאַ מאָסשטאַב [4]. דאס זעלבע שטייט אין ירמיהו ל.
די חז"ל וועלכע האָבן דאָס אַלעס קלאָר פאָראויסגעזען האָבן זיך אויסגעדריקט (פרק חלק, ושלהי מסכת סוטה) ייתי ולא אחמיניה "זאָל משיח קומען, מיר וואָלטן אָבער דאָס נישט וועלן זען", צוליב די שרעקליכקייט פון עיקבתא דמשיחא.
דער ווילנער גאון שרייבט: די גאולה ווערט גערופן לידה – "געבורט" – חלה וגם ילדה ציון (ישעיה סא) "געבורט ווערן דורכגעמאַכט און אויך געבאָרן האט זי, ציון". דער עם ישראל וועט דאַן ווי פון דאָס ניי געבאָרן ווערן, און אזוי ווי פאַר אַ גבורט גיבט עס [5] ווייטיקן – חבלי לידה – און וואָס נענטער צו דער לידה זיינען די יסורים אלץ שטאַרקער, אזוי איז אויך מיט דער גאולה. עס וועט זיין חבלי משיח, און וואָס נענטער צו משיח וועלן די צרות זיין אַלץ שרעקליכער.
אין גלות מצרים איז אויך אזוי געווען. גאָר די לעצטע צייט פאר דער גאולה, האָט פרעה גוזר געווען: תכבד בעבודה, תבן אין ניתן ולבנים אומרים לנו עשו (פרשת שמות) "מען זאָל זאָרגן אַז די אַרבעט זאָל שווער ווערן, שטרוי – מאַטעריאַל – וועט נישט געגעבן ווערן, און ציגל הייסט מען מאַכן". יעצט איז אויך אזוי אין מאָנאַרכיסטישע [6] מדינות. די פרנסות נעמט מען אָפ ביי די יידן, און שטייערן הייסט מען צאָלן.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ פעריאד = סעזאנען = תקופות.
- ↑ באשרייבן = שילדערן = מאלן = אויסמאלן = לתאר. אין עבר באשריבן = געשילדערט = אויסגעמאלט.
- ↑ זאגאר = אפילו. (גרמנית).
- ↑ מאסשטאב = קנה-מדה.
- ↑ גיבט עס = יש. (גרמנית).
- ↑ מאנארך = מלך, קיסר, שלטון יחיד. מאנארכיסטיש = מלוכני. מדינות שבהם השלטון הוא שלטון יחיד. המלוכה עוברת בירושה, והמלך הוא הקובע את החוקים. להבדיל משלטון רפוליקני או דמוקרטי, שהעם בוחר נציגים.