עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ג מעשה אבות
עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה
א. וואָס איז די אייגנטלעכע[1] באַדייטונג פון וואָרט תורה? תורה באַדייט לערע. יעדער וואָרט פון דער תורה אַנטהאַלט אין זיך אַ לערע. אויב נישט דאַרף עס נישט שטיין אין דער תורה. פרעגט זיך, וועלכע לערע אַנטהאַלט אין זיך די דערציילונגען פון עבר און זייערע איינצלהייטן[2]?
דערצו[3] האָט מען אונז געגבן אַ שליסל: מעשה אבות סימן לבנים. אין די ספורים איז איינגעוויקלט די גאַנצע יידישע געשיכטע פון אָנפאַנג ביז אחרית הימים. די פרשיות פון וישלח וואו עס דערציילט זיך וועגן יעקב מיט עשיו, דייטן אן[4] אויף דעם מצב פון ישראל בין העמים.
די ערשטע פרשה איז פרשת הגלות (רמב"ן שם). דאָרט איז אָנגעדייט ווי עס זאָל זיין דער אומגאַנג[5] פון יידן אין גלות ביי בני עשיו. וועגן דער צווייטער פרשה שרייבט דער ווילנער גאון אַז דאָס איז די פרשה פון עיקבתא דמשיחא, ווי יעקב איז געגאנגען צוריק פון זיין גלות קיין ארץ ישראל. דאָרט שטייט: וישם את השפחות וילדיהן ראשונה "די דינסטן און זייערע קינדער האָט ער געלאָזט גיין פארויס". זאָגט דער גאון: דאָס ווייזט אַז אין עיקבתא דמשיחא וועלן זיין ביי יידן די פירערס פון ערב רב.
דער רמב"ם שרייבט אין זיינע בריוו: עס איז דָא ההבטחה: וגם בך יאמינו לעולם. ד.ה. אז יידן וועלן שטענדיק זיין מאמינים אין דער תורה. אָבער מיר זעען דאָך אז עס זיינען דא ביי אונז כופרים, איז בידוע שלא עמדו רגלי אבותיו על הר סיני. "אז זיינע עלטערן זיינען נישט אָנוועזענדיק געווען[6] אויפן הר סיני אין מתן תורה". זיי זיינען פון ערב רב, נישט פון זרע ישראל.
אז מיר זעען יעצט אַז כופרים זיינען ביי אונז די פירערס, באשטעטיקט[7] דאָס די רייד פון גאון אז זיי זיינען פון ערב רב. ואת לאה וילדיה אחרונים. "לאה און אירע קינדער נאַכער". דאָס ווייזט אַז דער המון בית ישראל הכשרים וועלן זיין אונטער דעם ערב רב, ד.ה. דער ערב רב וועט אויף זיי געוועלטיקן. דאָס זעען מיר יעצט אין דער רויטער מדינה און נאָך אַן אָרט, וואו די ערב רב האָבן אַ שליטה ווי זיי דריקן אונטער ערלעכע יידן. ואת רחל ולדיה אחרונים, "צולעצט[8] רחל און אירע קינדער". אלו תלמידי חכמים השפלים מכל. דאָס זעט מען איבעראַל [9] וואו עס איז נאָך געבליבן אַ שארית הפליטה פון תלמידי חכמים, ווי זיי ווערן דערנידעריקט און געטראָטן.
ב. וייטער שטייט דאָרט: ויאבק איש עמו וגו', "אַ איש האָט זיך געראַנגלט [10] מיט אים" – מיט יעקב. יעקב איז דער עמוד התורה. איש זה סמאל. דאָס באַדייט אַז אין עיקבתא דמשיחא וועט די טומאה פירן מלחמה געגן לימוד התורה. (עס נעבעך די עמי הארצות). ותקע כך ירך יעקב, ירך יעקב באַדייט די קליינע קינדער, תינוקות של בית רבן. דאָס איז געווען דער יסוד פון קיום האומה אין פאַרלויף [11] פון טויזענטער יאר. וועט עס אין עיקבתא דמשיחא ווערן געבראָכן, דורך אַלערליי [12] שליחים פון אינעווייניק און פון אויסווייניק. דאָס איז יעצט נתקיים געוואָרן בכל תפוצות ישראל. דער גרעסער טייל פון יידישע קינדער ווערן דערצויגן אַלס פולשטענדיקע [13] גויים.
ג. אַ צווייטע באַדייטונג פון ירך יעקב איז: תמכין דאורייתא. דאָס איז החזקת התורה, שטיצן די לומדי תורה, און געבן זיי אַ מעגליכקייט זיי זאָלן קענען תורה לערנען במנוחה. דאָס איז אַ זאַך וועלכע איז געווען ביי יידן "מיום היותם לגוי" (יששכר וזבולון). דאָס ווערט געבראָכן אין עיקבתא דמשיחא. מען זעט עס יעצט אומעטום, אפילו אין די מדינות וואָס זיינען נאָך פארלויפיק [14] – לפי שעה – אימשטאנד [15] צו געבן געלט, און געבן אויך אויף אַלצדינג, נאָר אויף תורה בלייבן פרוטות. אין דעם בעסטן פאַל איז מען צו תורה גלייכגילטיק [16].
און דאָס איז גאַנץ נאַטורלעך, דען דער נייער דור וועלכער איז אַבסאָלוט אָפגעפרעמדעט [17] פון דער תורה, פאַרשטייט עס איבער הויפּט[18] נישט, צו וואָס מען דאַרף תורה. עס קומט ארויס אַז די ביידע זאַכן, ביטול תינוקות של בית רבן און ביטול החזקת התורה ברענגען איינע די צווייטע.
מיט וואָס ענפערט מען פון הימל דערויף[19]? בעוון ביטול תורה חרב וביזה בא, שנאמר והבאתי עליכם חרב נוקמת נקם ברית. ואין ברית אלא תורה, שנאמר אם לא בריתי יומם ולילה חוקות שמים וארץ לא שמתי וכו'. "בעוון ביטול תורה ווערט באַשטראָפט מיט שווערד מיט רעב און מיט רויב, דען אזוי שטייט: איך וועל ברענגען אויף אייך אַ שווערד פון נקמה, נקמה פאר מיין ברית – בונד –, ברית הייסט די תורה, דען אזוי שטייט, ווען נישט מיין ברית, טאָג און נאַכט, נאַטור געזעצן פון הימל און ערד וואָלט איך נישט געמאַכט". (פרק במה מדליקים).
אין איינציקע שטאָט – ווין – האט מען באַרויבט יידן קרוב פון 40 מיליאן דאָלאַר. אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ אייגנטלעך = בעצם, לכאורה, אל נכון.
- ↑ איינצלהייט = פרט. איינצלהייטן = פרטים.
- ↑ דערצו = צו דעם = לזה.
- ↑ אנדייטן = מרמזים.
- ↑ אומגאנג = מהלך, יחס.
- ↑ נישט אנוועזענדיק געווען = לא הו נוכחים.
- ↑ באשטעטיקט = מאשר. באשטעטיקטן = לאשר.
- ↑ צולעצט = סופית.
- ↑ איבעראל = אומעטום = בכל מקום.
- ↑ ראנגלען זיך = להתאבק.
- ↑ אין פארלויף = במשך.
- ↑ אלערליי = כל מיני.
- ↑ פולשטענדיק = שלם, מושלם, מוחלט.
- ↑ פארלויפיק = דערווייל = בינתיים.
- ↑ אימשטאנד = ביכולת.
- ↑ גלייכגילט = אדישות, שויון נפש, לא אכפתיות. גלייכגילטיק = אדיש.
- ↑ אבסאלוט אפגעפרעמדעט = מנוכרים לחלוטים. אבסאלוט = לחלוטים. אפגעפרעמדעט = מנוכר.
- ↑ איבער הויפט = בעיקר.
- ↑ דערויף = אויף דעם.