המשך פרק ה די רועים
עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה
ט. קטיגוריא באה בתלמידי חכמים די פאַרצייטיקע אפיקורסים האָבן געזאָגט: מאי אהנו לן רבנן לדידהו קרו לדידהו תנו, (פ' חלק) "וואָס טוען די תלמידי חכמים פאַר אונז, זיי לערנען פאַר זיך אליין". וואָס האָבן מיר פון די לומדי תורה, אז זיי לערנען איז זיי גוט. האָבן זיי פאַרשטאַנען אז דער וועלכער לערנט תורה איז פאַר אים גוט. אָבער די יעצטיקע אפיקורסים זאָגן אנדערש: אז די לומדי תורה מאַכן זיך אומגליקלעך, און די וועלט איז אומגליקלעך.
נאָך אַ באַדייטונג איז: אז די קטיגוריא איז אריין אין די תלמידי חכמים זעלבסט, זיי זיינען מקטרג איינער אויף דעם צווייטן.
י. בחרב ימותו כל חטאי עמי, "דורך דעם שווער וועלן שטאַרבן אלע זינדיקע פון מיין פאָלק". האָט דער חפץ געזאָגט בשם הזוהר, דאָס די גזירה פון חרב איז געוואָרן איבערגעביטן אויף עניות. פאַר דער גאולה וועלן יידן אָרעם ווערן. עם עני ודל אושיע, "איך וועל העלפן אַ געפּייניקט און אַן אָרעם פאָלק". (עמוס) פלעגט ער זאָגן: די וועלכע האָבן נאָך געלט זאָלן נישט מיינען דאָס געלט וועט בלייבן ביי זיי, מען וועט אָפּנעמען ביי יידן וואָס זיי האָבן. אז זיי וואָלטן האָבן שכל דאָס צו פאַרשטיין, וואָלטן זיי געוואוסט וואָס אויפצוטאן מיט דעם געלט, כל זמן עס איז נאָך ביי זיי אין האַנט.
זייט דער חפץ חיים האָט דאָס געזאָגט איז שוין מער ווי צוואַנציק יאר, זייט דאַן זיינען זיינע רייד שוין מקוים געוואָרן ביי גרעסטן טייל פון יידן. דאָס איז פאָראויסגעזאָגט אין גמרא: אין בין דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס, "משיח וועט קומען ווען עס וועט אויסגיין די לעצטע פרוטה פון קעשענע".
יא. נאָך א זאַך האָט דער חפץ חיים דאַן געזאָגט: עס ווערן יעצט אין אַ קורצער צייט אַזעלכע ענדערונגען אין דער וועלט וואָס אַ מאָל פלעגט עס דויערן הונדערט יאָר. מען זעט, דאָס דער גלגל הזמן דרייט זיך מיט אַן אויסגעוויינליכער שנעלקייט.
מה זה עשה לנו ה'? "וואס האָט דאָס אונז גאָט געטאָן"? וואָס איז דאָס יעצט אנדערש אַלס שטענדיק? האָט ער געזאָגט: עס האָבן זיך אין הימל אָנגעקליבן חשבונות פון בריאת העולם ביז היינט. די אַלע חשבונות מוזן אויסרעגולירט ווערן[1] פאַר משיח קומט, דען דאַן וועט בטל ווערן דער יצר הרע. קומט ארויס, דאָס עס וועט זיך שליסן[2] דער גאַנצער וועלט-געשעפט וועלכער איז באַשטאנען[3] אין מלחמת היצר, מוז יעדער נפש באַצאָלן וואָס זי איז געבליבן אַ בעל חוב צום הימל, און אזוי ווי די צייט איז קורץ ביז משיח, מוז דאָס שנעל ווערן.
זייט דער חפץ חיים ז"ל האָט דאָס געזאָגט – מיט צוואַנציק יאָר צוריק – ביז היינט, האָט זיך דער לויף פון דער צייט, נאָך מער פאַרשנעלערט. עס פּאַסירן יעצט זאַכן ממש איבערנאַכט[4], וואָס אַמאָל פלעגט עס דרייען פילע דורות. מען זעט אז די צייט לויפט אזוי ווי איינער שטייט און יאָגט איר: לויפט וואָס שנעלער!
יעדער דענקענדער מענטש קען פון דעם אליין פאַרשטיין דאָס מיר לעבן יעצט אין אַן אויסגעוויינלעכער צייט, וועלכע וועט ברענעגען געוואַלדיקע ענדערונגען אין דעם מצב פון דער גאַנצער וועלט, און דאָס וועט נישט לאַנג – לפי הערך – לאָזן אויף זיך וואַרטן. דען מיט יעדן טאָג פאַרשנעלערט זיך אַלץ מער דער געוואַלדיקער לויף פון דער צייט, אַזוי אַז אין איין יאָר לויפט יעצט אָפ די צייט, פילע יאָר-הונדערטער.
יב. ושננתם לבניך, לערנען תורה מיט קינדער איז געווען דער פונדאַמענט אויף וועלכן עס האָט זיך געהאַלטן יידישקייט אין פאַרלויף פון טויזנטער יאָר. דער אידעאל פון יידישע עלטערן איז געווען: זייערע קינדער זאָלן זיין גדולי תורה ויראה. וואָס וועט זיין וועגן פרנסה? האָט מען געוואוסט: מאן דיהיב חיי יהיב מזוני, "דער וואָס גיט לעבן וועט געבן צו לעבן".
אין די לעצטע דורות פאַרלירנדיק די אמונה, האָט מען ממילא פאַרלוירן דעם בטחון בה'. מוזן עלטערן פאַרזאָרגן דעם קינד מאַטעריאַל. מיט וואָס פאַרזאָרגט מען אים? מען זאָל אים געבן שטודירן, דאַן וועט ער שוין זיין פאַרזאָרגט דאָס גאַנצע לעבן. דאָס וועט זיין אַ ישועה אויך פאַר כלל ישראל, אַז מיר וועלן האָבן אַ מענגע[5] שטודירטע, וועט מען האָבן פאַר אונז דרך ארץ. וויפל מען האָט פאַרזאָרגט דעם יחיד און דעם כלל ישראל דורך אונזער געיעג נאָך שטודיום, ווייזט זיך ארויס די לעצטע צייט.
דאָס איז מאַטעריאַל. אָבער גייסטיק האָט מען זיי פאַרזאָרגט, מען האָט אויסגעהאָדעוועט גאַנצע גויים, נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע, וועלכע מיטלען ווענדט מען אָן אין הימל געגן דער גייסטיקער מגיפה? תיסריך רעתך, שטודירענדע יוגנט, אינטעליגענטע, זיינען היינט די הויפט שלעגערס און פּייניקערס פון יידן אין די מערסטע מדינות. די יידישע סטודנטן ווערן געטריבן דורך זייערע חברים מיט אייזערנע שטעקנס. אַנשטאָט וואָס יידן פלעגן זיך מוסר נפש זיין אויף לימוד התורה, זיינען יידישע קינדער זיך יעצט מוסר נפש אויף האָבן דעם כבוד צו זיצן אויף איין באַנק מיט ווילדע אויסוואורפן[6].
יג. אל תשמח ישראל אל גיל בעמים, "פריי זיך נישט ישראל אויף פאַרוויילונגען[7] אזוי ווי די גויים". (הושע) יידן זאָלן נישט זוכן אַזעלכע צייט פארוויילונגען ווי אומות העולם, די גויים האָבן ליידיקע צייטן. בשעת ער ענדיקט זיין אַרבעט האָט דער גוי נישט וואָס צו טאָן, מוז ער אויסזוכן פארשיידענע שפילן און פאַרוויילונגען, די צייט צו פאַרברענגען. א ייד האָט נישט קיין ליידיקע צייט, בשעת ער ווערט פריי פון אַרבעט האָט ער אויף זיך א חוב: לערנען תורה. ער איז נישט אימשטאַנד אליין לערנען, זאָל ער נעמען א רבי, ער זאָל אים לערנען.
נאָך א צייט דאַרף ער עוסק זיין אין מצוות און מעשים טובים, זיך מתעסק זיין אין טאָן חסד לויט זיין מעגליכקייט. אַזאַ האַרט לעבן שטייגער פאָדערט די תורה פון יידן: קדושים תהיו, "יידן זאלן זיין הייליקע", די יידישע פאַמיליעס הויז זאָל זיין הייליק. יעדעס יידישע האַרץ זאָל זיין הייליק, איר זאָלט זיין אָפּגעזונדערט פון די גויים אין אַלץ, דאַן וועט איר זיין מיינע. ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, "אם אתם מובדלים מן העמים הרי אתם שלי".
אין דער לעצטער צייט אז מען האָט אויפגעהערט לערנען תורה איז דאָך געבליבן ליידיקע צייט. וואָס טוט מען? מאַכן יידן פול אַלע שפיל פּלעצער מיט אַלערליי טעאַטערס. פון דאָרט קומט מען צוריק אין הויז אָנגעזאפט מיט טומאה, זיינען יידישע הייזער געוואָרן טמא. מיט וואָס ענטפערט מען פון הימל דערויף? טרייבט מען יעצט יידן פון פאַרוויילונגס-פּלעצער ווי מען טרייבט מצורעים: יידן ארויס! דאָס איז נישט אייער פּלאץ! און דאָס איז דאַך אמת. פאַר יידן איז דער פּלאַץ אין בית המדרש, לערנען אָדער זאָגן תהילים. און דאָס האָט אונז געוואָרנט: אם אין אתם מובדלין מן העמים הרי אתם של נבוכדנצר וחבריו.
יד. די הויפט עבודה זרה'ס וועמען יידן דינען און זיינען מקריב קרבנות אין היינטיקע צייט זיינען צוויי: סאָציאַליזם און נאַציאָנאַליזם. די תורה פון מאָדערנעם נאַציאָנאַליזם באַשטייט[8] אין דריי ווערטער: נהיה ככל הגוים. צו זיין א ייד איז גענוג אַז מען איז אַ נאַציאָנאַל געזאָנען[9]. מער דאַרף מען נישט, נאָר צאָלן אַ שקל און זינגען התקוה, דערמיט ווערט מען פטור פון אַלע מצוות התורה. עס איז גאַנץ קלאָר דאָס אַזאַ שיטה איז על פי התורה – עבודה זרה.
מיט די צוויי עבודה זרה'ס זיינען יעצט פאַרפינצטערט די מוחות און די הערצער פון דער גאַנצער יידישער יוגנט. דען יעדע עבודה זרה באַזונדער האָט אַ גאַנצן שטאַב[10] פון נביאי שקר אין דעם פאָרום, פון שרייבערס און רעדנערס וועלכע טוען זיי אַרבעט בשלימות. האט פּאַסירט אַ וואונדער: אין הימל האָט מען די ביידע עבודה זרה'ס צוזאַמענגענומען אין איינעם, און פון דער הרכבה – נאַציאָנאַל-סאָציאַליזם – געשאַפן אַ שרעקליכן מטה זעם צו שלאָגן יידן מערדערלעך[11]. בכל קצווי ארץ.
די זעלבע טומאות צו וועלכע מיר האָבן געדינט, זיי שלאָגן אונז. תיסרך רעתך.
טו. אין די נביאים איז פאָראויסגעזאָגט אַז עס וועט זיין אַזאַ עת צרה לישראל וואָס יידן האָבן נישט געהאַט מיום היותם לגוי. דער ווילנער גאון שרייבט: דער צער פון דער גאַנצע גלות צייט איז פאַרגליכן אין דער פסוק צו דער שוואַנגערשאַפט פון א פרוי. די צייט פון חבלי משיח איז אַזוי ווי די חבלי לידה, געבורטס ווייען (= ווייטיקן). אזוי ווי עס איז נישט צו פאַרגלייכן דעם צער פון עיבור, שוואַנגערשאַפט, צו דעם צער לידה, געבורטס ווייען, אזוי איז נישט צו פאַרגלייכן די צרות פון גלות צו די צרות פון חבלי משיח.
די צרות פון גלות האָבן אַ באַשטימטע אָרדנונג ווי זיי זאָלן זיין. דער סדר איז אוועקגעשטעלט אין די פרשת הגלות (ריש וישלח). דאָרט שטייט: והיה המחנה הנשאר לפליטה, בשעת אין איין מדינה פלעגן יידן ווערן געפּייניגט, איז שטענדיק געווען אַ צווייט אָרט וואוהין צו אַנטלויפן. בשעת גירוש שפּאַניע זיינען געווען אָפן פאַר יידן טערקיי און פּוילן, נאַכער האָלאַנד. אין חבלי משיח וועט זיין נישט אַזוי, מען וועט פּייניקן יידן, און עס וועט נישט זיין וואוהין צו אַנטלויפן, מען טרייבט פון אומעטום, און אין ערגעץ לאָזט מען נישט אריין.
טז. וריוח תשימו בין עדר לעדר. די צרות פון גלות זאָלן זיין מיט אַ הפסק פון איין גזירה צו דער צווייטער. אין עיקבתא דמשיחא וועלן זיין די צרות משכות ובאות כנהר, זיי וועלן זיין אומאונטערבראָכן[12]. אויסער דעם וועט עס ווערן אַלע טאָג ערגער. בבקר תאמר מי יתן ערב – שלפניו, (רש"י), אין דער פרי וועסטו זאָגן, עס וואָלט שוין כאָטש געווען ווי נעכטן אָוונט.
נאָך אַ גרעסערער אונטערשייד איז דָא פון די פריערדיקע צייטן ביז היינט: אין אַלע גזירות פון די פאַרגאַנגענע דורות זיינען יידן נישט געווען עלענד, זיי האָבן געוואוסט אז זיי האָבן אַ פאָטער אין הימל, אַ שומר ישראל וואָס ער האָט זיי צוגעזאָגט: "ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם".
זיי האָבן געוואוסט דאָס (= אַז) זיי ליידן צוליב זייער טרייהייט צו השי"ת, און זיי גרייטן זך דערמיט צו חיי עולם שאין כל בריה יכולה לעמוד במחיצתן (תענית), "אויף דאָס אייביקע לעבן צו אַזאַ מדריגה וואָס קיינער וועט צו זיי נישט קענען דערגרייכן". איז זיי געווען לייכטער צו ליידן די ענויים. אָבער יעצט אַז צוליב שכחת התורה גייט אויס די אמונה ביי אַ גרויסן טייל יידן, זיינען זיי די עלענדסטע מענטשן אין דער וועלט. נישט זיי ווייסן פאַרוואָס זיי ליידן, נישט זיי האָבן צו וועמען צו בעטן הילף. זיינען זיי שרעקלעך אָנטוישט און פאַרצווייפלט. זיי זעען נישט קיין אויסוועג נאָר זיך נעמען אליין דאָס לעבן.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ אויסרעגולירט ווערן = להיות מבוסת, מסודר, מותאם.
- ↑ שליסן = לסיים, לגמור. וועט זיך שליסן = יגמר, יסתיים.
- ↑ באשטאנען = באשטייט = תלוי, מורכב.
- ↑ איבערנאכט = במשך לילה, בין לילה.
- ↑ מענגע = הרבה מאד, במספר גדול.
- ↑ אויסוואורף = נבל, בן בליעל.
- ↑ פארוויילונג = בדור, השתעשעות.
- ↑ בשטייט = מורכב, תלוי.
- ↑ געזאנען = נוטה ל.. (גרמנית). נאציאנאל געזאנען = נטיה להיות נאציאנאל.
- ↑ שטאב = מטה, סגל עובדים.
- ↑ מערדערלעך = בצורה רצחנית.
- ↑ אונטערבראכן = מופסק. אומאונטערבראכן = לא מופסק.