עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק ד נהיה כגויים

עיקבתא דמשיחא: הקדמה - - פרק א עיקבתא דמשיחא - - פרק ב שירת האזינו - - פרק ג מעשה אבות - - פרק ד נהיה כגויים - - פרק ה די רועים - - המשך פרק ה די רועים - - פרק ו עצת התורה - - פרק ז גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן - - פרק ח די נאציאנאלע אידייען - - פרק ט ארץ ישראל - - פרק י מאמר על האמונה - - המשך פרק י מאמר על האמונה


פרק ד נהיה כגויים

אין יחזקאל (כ) איז פאָרויסגעזאָגט דאס אין עיקבתא דמשיחא וועט געוואָרפן ווערן ביי יידן א לאָזונג[1]: נהיה כגויים. די פאַרווירקליכונג[2] פון דער נבואה האט זיך אָנגעפאַנגען דורך די הסכלת בערלין קרוב פון 150 יאר צוריק.

זיי האבן עס פאַרמאַסקירט[3] מיט די ווערטער היה יהודי באהלך ואדם בצאתך, "זיי אַ ייד אין דער היים, און אַ מענטש אין גאַס". די פרוכט פון דער שיטה איז גיך רײַף[4] געוואָרן. זייערע קינדער האָבן זיך צוגעשמדט.

די לאָזונג איז געווען אַן אונטערגראָבונג אונטער די יסודות פון דער תורה. די תורה האָט געוואָרנט, יידן זאָלן זיין אָפּגעזונדערט פון די גויים אין זייער גאַנצן לעבנסשטייגער. "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי", איך האב אייך אָפּגעטיילט פון אַלע פעלקער, איר זאָלט זיין מיינע. (פרשת קדושים, רמב"ם פרק יא מהלכות ע"ז) זיינען געקומען די מסכילים און האָבן געזאָגט אַקוראַט פאַרקערט: נאָר ככל הגויים. האָט השי"ת דערויף געזאָגט: אשר אתם אומרים נהיה ככל הגויים היו לא תהיה, אם לא, א. ביד חזקה, ב. ובזרוע נטויה, ג. ובחמה שפוכה, אמלוך עליכם, "דאָס וואָס איר זאָגט מיר וועלן זיין ווי אַלע פעלקער, וועט קיינמאָל נישט צושטאַנד קומען, ווען נישט, מיט א מעכטיקע האַנט און מיט אַן אויסגעשטרעקטען אָרעם און אַן אויסגוס פון צאָרן, וועל איך רעגירן איבער אייך".

עס וועט זיך אָנפאַנגען ביד חזקה, אויב דאָס וועט נישט העלפן וועט קומען זרוע נטויה. אויב דאָס וועט נישט העלפן וועט זיין חמה שפוכה.

ביי וועלכע פון די דריי פּראָצעסן[5] האַלטן מיר יעצט? קען מען נישט וויסן. דאָס וועט ווייזן די גאָר נאָענטע צוקונפט[6]. יעדנפאַלס[7] איז קלאָר, דאָס עס ווערט פאַרווירקלעכט די נבואה פון והיו לא תהיה. די גויים טרייבן אונז מערדערלעך פון זיך.

מען זאָגט: עס איז שווער צו זיין א ייד. האט פּאַסירט אַ וואונדער אין דער לעצטער צייט, עס איז נאָך שווערער צו זיין א גוי, די גויים טרייבן צוריק.

מען זאָגט בשם גאון בעל הבית הלוי ז"ל: עס שטייט המבדיל בין אור לחושך בין ישראל לעמים. בין אור לחושך איז דאָ אַ געוויסער מרחק איינער פון דעם צווייטן (בין השמשות). קיינער קען עס נישט איבערמאַכן [8] אויף מער אָדער ווייניקער. דאָס זעלבע בין ישראל לעמים, איז דאָ אַ באַשטימטע גרענעץ ווי ווייט זיי זאָלן זיין איינער פון צווייטן.

אויב די יידן דערנענטערן זיך צופיל, גיבן די גויים א שטויס צוריק. פון דעם איז צו פאַרשטיין אַז וואָס מער יידן האָבן זיך דערנענטערט צו די גויים, איז דער שטויס צוריק אַלץ שטאַרקער.

דאָס זעען מיר יעצט אין די מדינות וואו יידן האָבן זיך אינגאַנצן פאַרגויאישט, ווי שרעקלעך עס איז דער שטויס צוריק מצד די גויים. אזוי איז אויך געווען אין מצרים, בשעת עס איז געוואָרן שווער דעם שעבוד, האָבן יידן אָנגעפאַנגען זיך מקרב צו זיין צו די מצריים, דענקענדיק, אז דורך דעם וועט מען זיי לייכטער מאַכן. מה עשה הקב"ה הפך לבם לשנוא עמו (תהלים קה). וואָס מער זיי האָבן געוואָלט מקרב זיין צו די מצריים, איז אַלץ געוואָרן שטאַרקער די שנאה פון די גויים צו זיי. ביז וואַנען יידן האָבן זיך ארומגעזען זייער טעות, דאַן איז געקומען די גאולה.

דאָס זעלבע וועט זיין מיט אונז. "אם אתם מובדלין מן העמים הרי אתם שלי, ואם לאו הרי אתם של נבוכדנאצר וחבריו".


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. לאזונג = סיסמה.
  2. פארווירקליכונג = ממוש, הגשמה, הפיכה למציאות.
  3. פארמאסקירן = הסוה. פארמאסקירט = מוסוה.
  4. רַייף = מבושל.
  5. פּארצעס = תהליך.
  6. צוקונפט = עתיד.
  7. יעדנפאלס = מכל מקום, בכל אופן.
  8. איבערמאכן = לשנות.