טייטש יהואש דניאל פרק ז

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

דניאל פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב       (אנדערע ווערסיעס פון דניאל ז)


א אין ערשטן יאר פון בלשאצר דעם מלך פון בבל, האט דניאל געזען א חלום, און זעאונגען פון זיין קאפּ אויף זיין געלעגער; דענסמאל האט ער אויפגעשריבן דעם חלום, און האט דערציילט דעם עיקר פון דער זאך, ב דניאל האט אנגעהויבן און דערציילט: איך האב געזען אין מיין זעאונג ביי נאכט, ערשט די פיר ווינטן פון הימל האבן אויסגעבראכן אויפן גרויסן ים. ג און פיר גרויסע חיות זיינען ארויסגעקומען פון ים, איינע אנדערש פון דער אנדערער. ד די ערשטע איז געווען אזוי ווי א לייב, און פליגלען פון אן אדלער האט זי געהאט; איך האב געקוקט ביז אירע פליגלען זיינען אויסגעפליקט געווארן, און זי איז אויפגעהויבן געווארן פון דער ערד, און איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף צוויי פיס אזוי ווי א מענטש, און א הארץ פון א מענטשן איז איר געגעבן געווארן. ה און זע, אן אנדער חיה, א צווייטע, איז געווען געגליכן צו א בער, און זי איז געשטעלט געווארן אויף איין זייט, און דריי ריפּן זיינען געווען אין איר מויל צווישן אירע ציינער; און אזוי האט מען צו איר געזאגט: שטיי אויף, עס פלייש א סך. ו דערנאך האב איך געזען, ערשט אן אנדערע, אזוי ווי א לעמפּערט; און זי האט געהאט פיר פליגלען פון א פויגל אויף איר רוקן, און פיר קעפּ האט די חיה געהאט; און געוועלטיקייט איז איר געגעבן געווארן. אז דערנאך האב איך געזען אין די זעאונגען פון דער נאכט, ערשט א פירטע חיה, שרעקלאך און מוראדיק, און געוואלטיק שטארק; און גרויסע אייזערנע ציינער האט זי געהאט; זי האט געגעסן און האט צעמאלן, און דעם רעשט האט זי צעטראטן מיט אירע פיס; און זי איז געווען אנדערש פון אלע חיות וואס פאר איר, און צען הערנער האט זי געהאט. ח האב איך באטראכט די הערנער, ערשט אן אנדער הארן, א קליינער, איז ארויסגעוואקסן צווישן זיי, און דריי פון די פאדערשטע הערנער זיינען אויסגעריסן געווארן פון פאר אים; און זע, אויגן אזוי ווי די אויגן פון א מענטשן זיינען געווען אין דעם דאזיקן הארן, און א מויל וואס האט גערעדט גרויס. ט איך האב געקוקט
ביז טראנען האט מען אויפגעשטעלט,
און אן אלטבאטאגטער האט זיך געזעצט;
זיין מלבוש איו געווען ווי ווייסער שניי,
און די האר פון זיין קאפּ ווי לויטערע וואל;
זיין טראן איז געווען פלאמען פייער, די רעדער דערפון, ברענעדיק פייער.
י א טייך פייער האט ארויסגעשטראמט,
און איז ארויסגעגאנגען פון פאר אים;
טויזנט מאל טויזנט האבן אים באדינט,
און צען טויזנט מאל צען טויזנט זיינען פאר אים געשטאנען;
א בית-דין איז געזעסן,
און ביכער זיינען געווען געעפנט.
יא האב איך דענסמאל געקוקט פון וועגן דעם קול פון די גרויסע ווערטער וואס דער הארן האט גערעדט - איך האב געקוקט ביז די חיה איז געטייט געווארן, און איר לייב איז פארטיליגט געווארן, און איבערגעגעבן געווארן צום בראנד פון פייער. יב און פון די איבעריקע חיות האט מען אפּגעטאן זייער געוועלטיקייט, אבער א פארלענגערונג פון לעבן איז זיי געגעבן געווארן ביז א צייט און שעה. יג איך האב געזען אין זעאונגען פון דער נאכט,
ערשט אויף וואלקנס פון הימל
איז אנגעקומען אזוי ווי א מענטשנקינד,
און ביז דעם אלטבאטאגטן האט ער דערגרייכט,
און מען האט אים געבראכט פאר אים.
יד און אים איז געגעבן געווארן געוועלטיקייט,
און כבוד, און מלוכה,
אז אלע פעלקער, אומות, און לשונות,
זאלן דינען צו אים;
ויין געוועלטיקייט אן אייביקע געוועלטיקייט, וואס פארגייט ניט,
און זיין מלוכה, אוא וואס ווערט ניט צעשטערט.
טו איז מיר, דניאל, באטריבט געווארן מיין געמיט אין לייב, און די זעאוננען פון מיין קאפּ האבן מיך געשראקן. טז האב איך גענענט צו איינעם פון די וואס זיינען געשטאנען דערביי, און איך האב געפרעגט די ריכטיקייט וועגן דעם אלעס, און ער האט מיר דערציילט, און האט מיך געמאכט וויסן דעם פּיתרון פון די זאכן: יז די דאויקע גרויסע חיות, וואס ויינען פיר, זיינען פיר מלכים וואס וועלן אויפשטיין אויף דער ערד. יח אבער די הייליקע פון דעם העכסטן וועלן איבערנעמען די מלוכה, און זיי וועלן האלטן די מלוכה ביז אייביקייט און ביז אייביקאייביקייטן. יט דענסמאל האב איך געוואלט וויסן די ריכטיקייט וועגן דער פירטער חיה, וואס איו געווען אנדערש פון ויי אלעמען - זייער מוראדיק, וואס אירע ציינער זיינען געווען פון אייזן, און אירע נעגל פון קופּער, וואס האט געגעסן, צעמאלן, און דעם רעשט צעטראטן מיט אירע פיס; כ און וועגן די צען הערנער וואס אויף איר קאפּ, און דעם אנדערן וואס איז אויסגעוואקסן, און דריי זיינען ארויסגעפאלן פון פאר אים – דעם דאזיקן הארן וואס האט געהאט אויגן, און א מויל וואס האט גערעדט גרויס, און ויין אויסזען איו געווען גרעסער ווי פון זיינע חברים. כא איך האב געזען ווי דער דאויקער הארן האט געמאכט א מלחמה מיט די הייליקע, און איז זיי בייגעקומען; כב ביז דער אלטבאטאגטער אין געקומען, און רעכט איז געגעבן געווארן די הייליקע פון דעם העכסטן, און די צייט איז געקומען, און די מלוכה האבן פארנומען די הייליקע. כג האט ער אזוי געזאגט: די פירטע חיה [באטייט]: א פירטע מלוכה וועט זיין אויף דער ערד, וואס וועט זיין אנדערש פון אלע מלוכות, און וי וועט פארצערן די גאנצע ערד, און וועט זי צעטרעטן און צעמאלן. כד און די צען הערנער [באטייטן]: פון דער דאזיקער מלוכה וועלן אויפשטיין צען מלכים, און נאך אן אנדערער וועט אויפשטיין נאך זיי, און ער וועט זיין אנדערש פון די פריערדיקע, און דריי מלכים וועט ער אראפּווארפן. כה און ווערטער אקעגן דעם העכסטן וועט ער רעדן, און די הייליקע פון דעם העכסטן וועט ער מאטערן, און ער וועט טראכטן צו ענדערן די צייטן און דאס געזעץ; און זיי וועלן איבערגעגעבן ווערן אין זיין האנט, ביז א צייט און צייטן און א האלבע צייט. כו אבער א בית־ דין וועט זיצן, און זיין געוועלטיקייט וועט מען אוועקנעמען, כדי זי צו פארטיליגן און אונטערברענגען ביזן סוף. כז און די מלוכה, און די געוועלטיקייט, און די גרויסקייט פון די קיניגרייכן אונטערן גאנצן הימל, וועט איבערגעגעבן ווערן צו דעם פאלק פון הייליקע פון דעם העכסטן; זייער מלוכה וועט זיין אן אייביקע מלוכה, און אלע געוועלטיקער וועלן דינען און געהארכן צו זיי.

כח ביז דאנען איז דער סוף פון דער זאך. מיך, דניאל, האבן מיינע רעיונות זייער געשראקן, און מיין פארב האט זיך אויף מיר געביטן, און איך האב די זאך באהאלטן אין מיין הארצן.

ביאורי פסוקים