טייטש יהואש דניאל פרק ה

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

דניאל פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב       (אנדערע ווערסיעס פון דניאל ה)


א דער מלך בלשאצר האט געמאכט א גרויסן מאלצייט פאר טויזנט פון זיינע גרויסע לייט, און האט געטרונקען וויין מיט די טויזנט. ב האט בלשאצר, אז ער האט פארזוכט דעם וויין, באפוילן צו ברענגען די גילדערנע און זילבערנע כלים, וואס זיין פאטער נבוכדנצר האט ארויסגענומען פון דעם טעמפּל וואס אין ירושלים; כדי דער מלך, און זיינע גרויסע לייט, זיינע ווייבער און זיינע קעפּסווייבער, זאלן טרינקען אין זיי. ג דענסמאל האט מען געבראכט די גילדערנע כלים, וואס מען האט ארויסגענומען פון דעם טעמפּל פון גאטס הויז וואס אין ירושלים, און דער מלך, און זיינע גרויסע לייט, זיינע ווייבער, און זיינע קעפּסוזייבער, האבן געטרונקען אין זיי. ד זיי האבן געטרונקען וויין, און געלויבט די געטער פון גאלד און זילבער, פון קופּער, אייזן, האלץ, און שטיין. ה אין דער אייגענער שעה זיינען ארויס פינגער פון א מענטשנס האנט, און האבן געשריבן אקעגן דעם לייכטער, אויפן קאלך פון דער וואנט פון דעם מלכם פּאלאץ; און דער מלך האט געזען די האנטפלעך וואס האט געשריבן. ו דענסמאל האט זיך געביטן דעם מלכם פארב, און זיינע רעיונות האבן אים געשראקן, און די געלענקען פון זיינע לענדן זיינען לויז געווארן, און זיינע קני האבן זיך געקלאפּט איינס אן אנדערן. ז האט דער מלך אויסגערופן אין דער הייך, מען זאל אריינברענגען די צויבערשפרעכער, די כשדים, און די שטערנזעער. דער מלך האט זיך אפּגערופן און האט געזאגט צו די חכמים פון בבל: ווער נאר עס וועט איבערלייענען דאס דאזיקע געשריפץ, און וועט דעם פּיתרון דערפון מיר באשיידן, וועט אין פּורפּל אנגעקליידט ווערן, מיט א גילדערנער קייט אויף זיין האלדז, און ווי א דריטער אין דער מלוכה געוועלטיקן.

ח דענסמאל זיינען אריינגעקומען אלע חכמים פון מלך, אבער זיי האבן ניט געקענט איבערלייענען דאס געשריפץ, און דעם פּיתרון לאזן וויסן דעם מלך. ט האט דענסמאל דער מלך בלשאצר זיך שטארק דערשראקן, און זיין פארב האט זיך אויף אים געביטן, און זיינע גרויסע לייט זיינען געווארן צעטומלט. י איז פון וועגן די ווערטער פון דעם מלך און זיינע גרויסע לייט אריינגעקומען די מלכה אין הויז פון מאלצייט; האט זיך אפּגערופן די מלכה און האט געזאגט: אייביק לעבן זאל דער מלך! זאלן דיינע רעיונות דיך ניט שרעקן, און דיין פארב זאל זיך ניט בייטן. יא פאראן א מאן אין דיין קיניגרייך, וואס דער גייסט פון די הייליקע געטער איז אין אים, און אין די טעג פון דיין פאטער איז געפונען געווארן אין אים ליכטיקייט, און פארשטאנדיקייט, און חכמה אזוי ווי די חכמה פון די געטער; און דער מלך נבוכדנצר דיין פאטער האט אים פאר דעם הויפּט פון די חרטומים, די צויבערשפרעכער, די כשדים, און די שטעררזעער אויפגעשטעלט - דיין פאטער דער מלך. יב ווייל אן אויסנאמיקער גייסט, און קענשאפט, און פארשטאנדיקייט, פּותר זיין חלומות, און באשיידונג פון רעטענישן, און אפּבינדונג פון קנופּן, זיינען געפונען געווארן אין אים, אין דניאלן, וואס דער מלך האט געמאכט זיין נאמען בלטשאצר. אצונד, זאל דניאל גערופן ווערן, און ער וועט באשיידן דעם פּיתרון.

יג דענסמאל איז דניאל אריינגעבראכט געווארן פאר דעם מלך. האט זיך אפּגערופן דער מלך און האט געזאגט צו דניאלן: ביסטו דאס דער דניאל וואס פון די גלות-דקינדער פון יהודה, וואס מיין פאטער דער מלך האט געבראכט פון יהודה? יד ווארום איך האב געהערט אויף דיר, אז דער גייסט פון די געטער איז אין דיר, און ליכטיקייט, און פארשטאנדיקייט, און אויסנאמיקע חכמה, געפינען זיך אין דיר. יד און אצונד זיינען אריינגעבראכט געווארן פאר מיר די חכמים, די צויבערשפּרעכער, אז זיי זאלן איבערלייענען דאס דאזיקע געשריפץ, און מיך מאכן וויסן דעם פּיתרון דערפון, אבער זיי קענען דעם פּיתרון פון דער זא ך ניט באשיידן. טו און איך האב געהערט אויף דיר, אז דו קענסט פּותר זיין פּיתרונים, און אפּבינדן קנופּן; אצונד, אויב דף קענסט איבערלייענען דאס געשריפץ, און מיך מאכן וויסן דעם פּיתרון דערפון, וועסטו אין פּורפּל אנגעקליידט ווערן, מיט א גילדערנער קייט אויף דיין האלדז, און ווי א דריטער אין דער מלוכה געוועלטיקן.

טז דענסמאל האט געענטפערט דניאל און האט געזאגט פאר דעם מלך: דיינע מתנות זאלן בלייבן ביי דיר, און דיינע באלוינונגען גיב אן אנדערן; אבער דאס געשריפץ וועל איך דעם מלך איבערלייענען, און דעם פּיתרון וועל איך אים מאכן וויסן. יח דו מלך, דער העכסטער גאט האט געגעבן דיין פאטער נבוכדנצרן מלוכה, און, גרויסקייט, און כבוד, און פראכט. יט און פון וועגן דער גרויסקייט וואס ער האט אים געגעבן, האבן אלע פעלקער, אומות, און לשונות, געציטערט און מורא געהאט פאר אים; וועמען ער האט געוואלט האט ער געטייט, און וועמען ער האט געוואלט האט ער געלאזט לענן, און וועמען ער האט געוואלט האט ער דערהויבן, און וועמען ער האט געוואלט האט ער דערנידערט. כ אבער אז זיין הארץ האט זיך דערהויבן, און זיין גייסט איז געווארן תקיף ביז צום מוטוויליקן, איז ער אראפּגעזעצט געווארן פון דעם טראן פון זיין מלוכה, און דעם כבוד האט מען אפּגעטאן פון אים. כא און פון מענטשנקינדער איו ער פארטריבן געווארן, און זיין הארץ האט מען געמאכט גלייך צו א חיהס, און מיט וואלדאייזלען איז געווען זיין וווינונג; גראז אזוי ווי אקסן האט מען אים געמאכט עסן, און פון דעם טוי פון הימל איז ער באנעצט געווארן; ביז ער האט געוווסט אז דער העכסטער גאט געוועלטיקט איבער דער מלוכה פון מענטשן, און וועמען ער וויל זעצט ער דערויף. כב און דו, זיין זון בלשאצר, האסט ניט געבייגט דיין הארץ, הגם דו האסט דאס אלץ געוווסט, כג נאר דו האסט זיך דערהויבן אקעגן דעם האר פון הימל, און די כלים פון זיין הויז האט מען געבראכט פאר דיר, און דו, און דיינע גרויסע לייט, דיינע ווייבער, און דיינע קעפּסווייבער, האבן וויין געטרונקען אין זיי, און געטער פון זילבער, און גאלה קופּער, אייזן, האלץ, און שטיין, וואס ניט זיי זעען, און ניט זיי הערן, און ניט זיי ווייסן, האסטו געלויבט; און דעם גאט וואס דיין נשמה איז אין זיין האנט, און אלע דיינע וועגן זיינען ביי אים, האסטו ניט געאכפּערט. כד דענסמאל איז ארויסגעשיקט געווארן פון פאר אים די האנטפלעך, און האט אנגעצייכנט דאס דאזיקע געשריפץ. כה און דאס איז דאס געשריפץ וואס איז אנגעצייכנט געווארן: מנא מנא תקל ופרסין (געציילט, געציילט, געוואויגן, און [אין] שטיקער). כו דאס איז דער פּיתרון פון דער זאך: מנא, גאט האט אפּגעציילט דיין מלוכה, און האט זי געענדיקט. כז תקל, דו ביסט געווויגן געווארן אויף א וואגשאל, און ביסט געפונען געווארן פעליק. כח פּרס, דיין מלוכה ווערט צעטיילט, און אוועקגעגעבן צו פרס און מדי.

כט דענסמאל האט בלשאצר באפוילן, און מען האט אנגעקליידט דניאלן אין פּורפּל, מיט א גילדערנער קייט אויף זיין האלדז, אוץ מען האט אויסגערופן אויף אים, אז ער זאל זיין א דריטער געוועלטיקער אין דער מלוכה.

ל אין דער אייגענער נאכט איז בלשאצר דער מלך פון די כשדים געטייט געווארן.

ביאורי פסוקים