טייטש יהואש דניאל פרק ב

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

דניאל פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב       (אנדערע ווערסיעס פון דניאל ב)


א און אין צווייטן יאר פון נבוכדנצר מלוכה, האבן זיך נבוכדנצרן געחלומט חלומות, און זיין געמיט איז געווען צערודערט, און זיין שלאף איז אים צעבראכן געוארן. ב האט דער מלך געהייסן רופן די חרטומים, און די צויבערשפרעכער, און די מכשפים, און די כשדים, כדי זיי זאלן זאגן דעם מלך זיינע חלומות; און זיי זיינען געקומען, און האבן זיך געשטעלט פארן מלך. ג האט דער מלך צו זיי געזאגט: מיר האט זיך געחלומט א חלום, און מיין געמיט איז צערודערט, צו וויסן דעם חלום. ד האבן די כשדים גערעדט צו דעם מלך אין אראמיש: אייבּיק לעבּן זאל דער מלך! דערציילט דעם חלום צו דיינע קנעכט, און מיר וועלט זאגן דעם פּיתרון. ה האט זיך אפּגערופן דעם מלך און האט געזאגט צו די כשדים: די זאך איז בּיי מיר פעסט: אויב איר מאכט מיך נישט וויסן דעם חלום און זיין פּיתרון, וועט איר אין שטיקער צעהאקט ווערן, און אייערע הייזער וועלן געמאכט ווערן פאר מיסטהויפנס. ו אויבּ אבּער איר וועט זאגן דעם חלום און זיין פּיתרון, וועט איר קריגן פון מיר מתנות און באלוינונגען און גרויס כבוד; נאר זאגט מיר דעם חלום און זיין פּיתרון. ז האבּן זיי געענטפערט א צווייט מאל, און געזאגט: זאל דער מלך דערציילן דעם חלום צו זיינע קנעכט, און מיר וועלן זאגן דעם פּיתרון. ח האט זיך אפּגערופן דעם מלך און געזאגט: געוויס פארשטיי איך אז איר ווילט געווינען צייט, ווייל איר זעט אז די זאך איז בּיי מיר פעסט, ט אז אויבּ איר מאכט מיך נישט וויסן דעם חלום, איז בלויז איין משפּט פאר אייך; ווארום איר האט אפּגעמאכט צו זאגן פאר מיר ליגן און בּאטרוג, ביז די צייט וועט זיך ענדערן. דרום זאגט מיט דעם חלום, און איך וועל וויס איז איר קענט מיר בּאשיידן זיין פּיתרון. י האבּן די כּשדים געענטפערט פארן מלך און געזאגט: נישטא א מענטש אויף דער ערד וואס קען זאגן די זאך פון דעם מלך; ווארום קיין גרויסער און מאכטיקער מלך האט נישט פארלאנגט אזא זאך פון קיין חרטום, אדער צויבּערשפּרעכער, אדער כּשדי. יא און די זאך וואס דער מלך פארלאנגט איז שווער, און קיין אנדערער וואס קען דאס זאגן פאר דעם מלך איז נישטא, אחוץ די געטער וואס זייער וואוינונג איז נישט מיט בּאשעפענישן פון פלייש.

יב איבּער דעם איז דער מלך אין כעס געווארן, און ער האט שטארק געצערנט, און האט בּאפוילן אומצובּרענגען אלע חכמים פון בבל. יג און דער בּאפעל איז ארויס, און די חכמים האבן געזאלט געטייט ווערן, און מען האט געזוכט דניאלן און זיינע חברים זיי צו טייטן.

יד דענסמאל האט דניאל געענטפערט מיט קלוגשאפט און שכל אריוך דעם אויבּערלייבּוועכטער פון דעם מלך, וואס איז ארויסגעגאנגען טייטן די חכמים פון בּבל. יטו ער האט זיך אפּגערופן און האט געזאגט צו אריוך דעם הויפטמאן פון דעם מלך: פארוואס איז דער בּאפעל אזוי שטרענג פון פאר דעם מלך? דענסמאל האט אריוך געמאכט וויסן דניאלן די זאך. טז איז דניאל ארויפגעגאנגען און האט געבּעטן בּיים מלך, אז ער זאל אים געבּן צייט, כדי צו זאגן דעם מלך דעם פּיתרון.

יז דענסמאל איז דניאל אוועקגעגאנגען אין זיין הויז, און האט געמאכט וויסן די זאך צו זיינע חברים, חנניהן, מישאלן, און עזריהן. יח כּדי זיי זאלן בּעטן רחמים בּיי גאט אין הימל וועגן דעם דאזיקן סוד, אז דניאל און זיינע חברים זאלן נישט אומגעבּראכט ווערן מיט די איבּעריקע חכמים פון בבל. יט דענסמאל איז דער סוד אנטפּלעקט געווארן דניאלן אין א זעאונג פון דער נאכט. האט דענסמאל דניאל געלויבּט גאט אין הימל. כ דניאל האט זיך אפּגערופן און האט געזאגט:
געלויבּט זאל זיין דער נאמען פון גאט
פון אייבּיקייט ביז אייבּיקייט;
ווארום חכמה און גבורה זיינען זיינע,
כא און ער בייט די צייטן און די תּקופות;
ער שאפט אפּ מלכים, און שטעלט אויף מלכים;
ער גיט חכמה צו די חכמים,
און קענשאפט צו די וואס קענען פארשטאנדיקייט.
כב ער אנטפּלעקט די טיפעניש און די פארבּארגעניש,
ער ווייסט וואס אין דער פינצטערניש,
און די ליכטיקייט רוט ביי אים.
כג דיך, גאט פון מיינע עלטערן,
טו איך דאנקען און לויבּן,
וואס דו האסט מיר געגעבּן חכמה און גבורה,
וואס דו האסט מיך אצונד געמאכט וויסן וואס מיר האבן געבּעטן פון דיר; וואס די זאך פון מלך האסטו אונדז געמאכט וויסן.

כד פון וועגן דעם איז דניאל ארויפגעגאנגען צו ארכיון, וועמען דער מלך האט געשטעלט אומצובּרעענגען די חכמים פון בּבל; ער איז געקומען און האט צו אים אזוי געזאגט: זאלסטו נישט אומבּרענגען די חכמים פון בּבל; פיר מיך ארויף פאר דעם מלך, און איך וועל זאגן דעם מלך דעם פּיתרון.

כה דענסמאל האט אריוך ארויפגעפירט דניאלן אויף גיך פארן מלך, און האט צו אים אזוי געזאגט: איך האבּ געפונען א מאן פון די גלות קינדער פון יהודה, וואס וועט דעם מלך מאכן וויסן דעם פּיתרון. כו האט דער מלך אפּגערופן צו דניאלן וואס זיין נאמען איז געווען בֵּלטשאצר: קענסטו מיך מאכן וויסן דעם חלום וואס איך האב געזען, און זיין פּיתרון? כז האט געעטפערט דניאל פאר דעם מלך, און האט געזאגט: דער סוד וואס דער מלך פארלאנגט קענען קיין חכמים, צויבּערשפּרעכער, חרטומים, שטערזעער, דעם מלך נישט זאגן. כח אבּער פאראן א גאט אין הימל וואס אנטפּעלקט סודות, און ער הטאט געלאזט וויסן דעם מלך נבוכדנצר וואס וועט געשען אין סוף פון די טעג. דיין חלום, און די זעאונגען פון דיין קאפּ אויף דיין געלעגער זיינען אט-וואס: כט דיר, מלך, זיינען ארויפגעקומען רעיונות אויף דיין געלעגער, וואס וועט געשען נאכדעם, און דער וואס אנטפּלעקט סודות האט דיך געלאזט וויסן וואס וועט געשען. ל און איך, נישט ווייל אין מיר איז דא מער חכמה פון אלע לעבּעדיקע, איז מיר דער דאזיקער סוד אנטפּלעקט געווארן, נייערט כּדי מען זאל דעם פּיתרון מאכן וויסן דעם מלך, און זאלסט פארשטיין די רעיונות פון דיין הארצן.

לא דו מלך האסט געזען, ערשט עס שטייט א געוואלטיקע געשטאלט. די דאזיקע געשטאלט איז געווען גרויס, און איר גלאנץ איז געווען אויסנאמיק; זי איז געשטאנען פאר דיר, און איר אנבּליק איז געווען מוראדיק. לב די דאזיקע געשטאלט, איר קאפּ איז געווען פון טייערן גאלד, איר בּרוסט און אירע ארעמס פון זילבּער, איר בויך און אירע לענדן פון קופער, לג אירע שענקלען פון אייזן, אירע פיס, טייל פון זיי פון אייזן און טייל פון זיי פון ליים. לד האסטו געקוקט בּיז א שטיין האט זיך אפּגעריסן אן עמיצנס האנט, אן האט געשלאגן די געשטאלט אויף אירע פיס פון אייזן און ליים, און האט זיי צעשטויסן. לה דענסמאל זיינען צעשטויסן געווארן אין איינעם דאס אייזן, די ליים, דאס קופּער, דאס זילבּער, און דאס גאלד, און זיי זיינען געווארן אזוי ווי שפּריי פון זומערשייערן, און דער ווינט האט זי אוועקגעטראגן, און קיין צייכן איז פון זיי נישט געפונען געווארן. און דער שטיין וואס האט געשלאגן די געשטאלט איז געווארן א גרויסער בּארג, און האט אנגעפילט די גאנצע ערד. לו דאס איז דער חלום; און מיר וועלן זאגן פאר דעם מלך זיין פּיתרון.

לז דו, מלך, דער מלך מלכי המלכים, וואס דער גאט פון די הימלען האט דיר געגעבּן מלוכה, רייכטום, און שטארקייט און כּבוד, לח און וואו נאר עס וואוינען מענטשן קינדער, חיות פון פעלד, אדער פויגלעך פון הימל, האט ער געגעבּן אין דיין האנט, און דיך געמאכט געוועלטיקן איבּער זיי אלעמען – דו בּיסט דער קאפּ פון גאלד. לט און נאך דיר וועט אויפשטיין אן אנדער מלוכה, נידעריקער פון דיר, און נאך אן אנדערע א דריטע מלוכה פון קופּער, וואס וועט געוועלטיקן איבּער דער גאנצער ערד. מ און די פירטע מלוכה וועט זיין שטארק ווי אייזן; ווארום אייזן צעשטויסט און צעהאקט אלצדינג, און אזוי ווי אייזן וואס צעבּרעכט, אזוי וועט זי אלע די דאזיקע צעשטויסן און צעבּרעכן. מא און וואס דו האסט געזען די פיס און די פינגער, טייל פן זיי טעפּערליים און טייל פון זיי אייזן [באטייט]: עס וועט זיין א געטיילטע מלוכה, און פון דער פעסטיקייט פון אייזן וועט זיין אין איר, אזוי ווי דו האסט געזען אייזן צונויפגעמישט מיט ערדליים. מב און די פינגער פון די פיס, טייל פון זיי אייזן און טייל פון זיי ליים [באטייטן]: א טייל פון דער מלוכה וועט זיין שטארק, און א טייל פון איר וועט זיין צעבּראכן. מג און וואס דו האסט געזען אייזן צונויפגעמישט מיט ערדליים [באטייט]: זיי וועלן זיך צונויפמישן דורך דעם זאמען פון מענטשן, אבער זיי וועלן זיך נישט בהעפטן איינס אן אנדערן, אט אזוי ווי אייזן מישט זיך נישט אויס מיט ליים. מד און אין די טעג פון די דאזיקע מלכים וועט דער גאט פון די הימלען אויפשטעלן א מלוכה וואס וועט אייבּיק נישט צעשטערן ווערן, און די מלוכה וועט נישט איבּערגעלאזן ווערן צו קיין אנדער פאלק; זי וועט צשטויסן און פארטיליגן אלע די דאזיקע מלוכות, און זי וועט באשטיין אויף אייבּיק. מה וועגן וואס דו האסט געזען ווי פון בארג האט זיך אפּגעריסן א שטיין אן עמיצנס הענט, און האט צעשטויסן דאס אייזן, דאס קופּער, די ליים, דאס זילבּער, און דאס גאלד – דאס האט דער גרויסער גאט געלאזט וויסן דעם מלך וואס נאכדעם וועט געשען; און געוויס איז דער חלום, און אמת איז זיין פּיתרון.

מו דענסמאל איז דער מלך נבוכנצר געפאלן אויף זיין פנים, און ער האט זיך געבּוקט צו דניאלן; און ער האט באפוילן צו בּרענגען אן אפּפערגעשאנק און שמעקעדיקע ריחות צו אים. מז דער מלך האט זיך אפּגערופן צו דניאלן, און האט געזאגט: אמת אז אייער גאט איז דער גאט פון געטער, און דער האר פון מלכים, און דער אנטפּלעקער פון סודות, אז דא האסט געקענט אנטפּלעקן דעם דאזיקן סוד.

מח דענסמאל האט דער מלך גרויס געמאכט דניאלן, און האט אים געגעבּן פיל גרויסע מתנות, און אים געמאכט פאר געוועלטיקער איבּער דער גאנצער מדינה פון בּבל, און פאר דעם הויפטפארשטייער איבּער אלע חכמים פון בּבל. מט און דניאל האט געבּעטן בּיים מלך, און ער האט אויפגעזעצט שַדְרַכן, מֵישַכן, און עַבֵד נגון, אויף דער פירונג פון דער מדינה פון בּבל; און דניאל איז געווען אין טויער פון מלך.

ביאורי פסוקים