תורה קוואל: פארווארט - - הסכמות
בראשית פרק - א, א-י - - א, יא-ל - - ב - - ג - - ד


פארווארט

דאס תורהידיקע ווארט, איז שטענדיג געוועזען דער קוואל פון טרייסט, דערמוטיגונג און התחזקות פאר'ן יידישן מענטש. אין די ווערטער וואס זענען נאכגעזאגט געווארן, אויף דער סדרה, מענינא דיומא, אין דער היימישער סביבה, סיי א שען דרוש-ווארט, סיי א חסידישן רעיון אדער א מוסדידיקע השקפה – אט די דאזיגע ווערטער האבן דעם סתם-ייד פארבונדן מיטן ספר, פאר איהם געמאכט די תורה א ביסל אפענער און נענטער, און פאר איהם געמאכט דאס חומש'ל אלס זיין לעבענס-ספר וואס פון איהם קען ער לערנען וואס ס'איז איהם נויטיג און שעפּן נייע כחות-רעזערוון פאר זיין יידישקייט אין די שווערסטע גלות-צייטן.

אין די לעצטע תקופה, פון געוואלדיקער עקאנאמישער ירידה און גייסטיקער חשכות, ווערט דאס תורה-ווארט א וואס מער זעלטענער גאסט אין דער יידישער סביבה. דעד קאפּ איז צעבראכן, די געמיטער נידערגע-שלאגן, נישטא ביים סתם ייד קיין צייט און געדולט צו כאפּן א בליק אין א ספר, ביי א גרויסן טייל פונעם בעל-הבתישן עלעמענט איז שוין אפילו נישטא דער יכולת צו פארשטיין עפּעס פון א יידיש ספר, אפילו ביי א טייל פון דער רעליגיעזער יוגנד - איז א יידיש ספר, געשריבן אין אלטן לשון-הקדש'דיקן תלמוד'ישן סטיל, ווי א ספר החתום, - ווערט מען ממילא דערווייטערט פונעם אייביקן יידישן קוואל, די סדרה ווערט וואס אמאל פדעמדער און אומפארשטענדלעכער, דאס חומש'ל הערט אויף באטראכט צו ווערן אלס דער וועג ווייזער פון דער געגענווארט, און די גייסטיקע צובראכענקייט און פּוסטקייט ווערט וואס אמאל גרעסער, - ווייל דאס פריש פליסענדע וואסער פונעם אייביקן תורה קוואל דערגרייכט נישט צו די קינדער פון היינטיקן דור.

מען מוז דעריבער דעם דאזיגן קוואל פון לעבן עפענען און דערנענטערן צו די סתם יידען פון אונזערער היינטיגער אומגליקלעכער תקופה, מען מוז דאס תורה'דיגע ווארט מאכן צוגענגלעכער, פּאפּולערער און פארשטענדלעכער, כדי עס זאל קענען דערגרייכן צו די צוטראגענע און פארדאגה'טע יידישע קעפּ און יידישע הערצער, מען מוז ווי ס'האבן עס געטטן אונזערע גרויסע פירער אין די פערצייטישע תקופות - איבערגיסן די תורה'דיגע ווערטער, השקפות און רעיונות אין דער פאדשטענדלעכער פאלקס-שפּראך, מאכן זיי לייכטער צו פארשטיין, און אזוי ארום דערנענטערן די פאלקס-מאסן צו אונזער ספר הספרים.

זאלן די באטריעבטע געמיטער באלעבט ווערן פונעם שטראל פון אן אמת יידישן געדאנק; זאלן זייערע מחות באלויכטן ווערן מיט א חסידישן בליץ; זאאלן זייערע הערצער אויסגעאיידעלט ווערן דודך א טיף-גרייפענדן מוסד רעיון; זאלן די קינדער פון היינטיגן דור צוריק אנהויבן באטראכטן אונזער חומשיל אלס דעם אייביגן אומאויפהערלעכן קוואל וואס פליסט מיט לעבענס-חכמה, מוסר, מדות, התחזקות און אפפערוויליגקייט פאר יידישקייט; זאלן זיי דערזען ווי אט אין דעם חומש'ל זענען פאראן די מקורות און די מאטיוון פון אונזערע אלע ליידן און פריידן, פון אונזערע אלע גלות-פּיין און גאולה-האפנונגען און זאלן זיי צוריק נענטער ווערן מיט אונזער ספר - צוריק ווערן די קינדער פונעם עם הספר.

דאם דאזיגע חבור דער תורה-קוואל איז א שריט צו דערגרייכן דעם דאזיגן ציל.

דא זענען צונויפגעזאמעלט פון גדולי ישראל, ראשונים און אחרונים, ווערטער און געדאנקען אין די פעדשידענע פארמען פון דרוש, רמז, מוסר, חסידות, געארדענט לויט די פרשיות פון דער תורה, הפטרות און ימים טובים, און איבערגעגעבן אין דער יידישער שפּראך אויף א פּאפּולערן, אבער גענוג קאנצענטרירטן און קאנדענסירטן אופן-אזוי אז יעדערער וואס איז נאר א שטיקל בן-תורה און האט אמאל געלערנט זאל זיי פארשטיין.

אין האב זיך בעמיט צו געבן אממייסטן נאר אזעלכע ווערטער וואס האבן א ערנסטע און פּראקטישע באדייטונג, צו פארשטיין דורן זיי א שווערן פּסוק אדער מאמר חז"ל, וואס לערנען עפּעס אין יידישקייט, אדער וואס ווייזן ווי אלעס איז מרומז אין דער תורה. אבער נאכמער האב אין זיך בעמיט נישט צו געבען קיין גלייכווערטלעך, וויצן און הלצות וואס ווערן צוגעטשעפּט צו די פּסוקים פון דער תורה און ווערן אויסגענוצט-אין דער לעצטער מאדע - אלס צייטונגס-מאטעריאל צוזאמען מיט פאדשידענע נבול-פה און שאנד-דערציילונגען...

זעלבסטפארשטענדלעך אז די ווערטער וואס ווערן דא געגעבן, זענען נאר ווי א טראפּן פון ים בנוגע דעם אונערשעפּלעכן און אייביג פליסענדען תורה-קוואל. אבער אפילו נאר אלס א קליינטשיקער טייל פונעם דאזיגן קוואל, זענען זיי אויך בכח - ווי אין גלייב און האף – צו דערפרישן און באלעבן די לעכצענדיגע און דארשטיקע נפשות, וואס בענקען נאך א יידיש ווארט.

עס בלייבט מיר נאר, איבערצובעטן ביי השי"ת, אז דאס דאזיגע חבור זאל באמת דערגרייכן זיין ציל: צו דערנענטערן די יידישע מאסן צום אריגינעלן תורה-קוואל, מאכן צוריק דאס תורה-ווארט אלס אנגעלעגטן און שטענדיגן גאסט אין דער יידישער היים און אין דער יידישער סביבה, און בעיקר, מקרב צו זיין די יידישע הערצער לאביהם שבשמים.

אלכסנדר זושא פרידמאן

ב"ה ווארשא, תרח"ץ