תורה קוואל: פארווארט - - הסכמות
בראשית פרק - א, א-י - - א, יא-ל - - ב - - ג - - ד


ויהי הבל רעה צאן וקין היה עבד אדמה: בראשית ד ב

איינגענטלעך איז דער מענטש באשאפן געווארן בלויז צו דינען השי"ת מיט תורה און תפילה, נאר כדי ער זאל זיך קענען דערנערן מוז ער אויך עוסק זיין אין מסחר אדער א מלאכה, ווי די חז"ל זאגן: יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ. (אבות פ"ב מ"ב)
דער צדיק טוט דעריבער עוסק זיין אין די וועלטלעכע ענינים מיט צער, אזוי ווי ער וואלט געוועזן געצוואונגען דערצו, ווייל בעיקר וויל ער נאר עוסק זיין און עבודת ה'.
דאגעגען דער רשע וואס יאגט זיך נאך די תאוות פון דער וועלט, און ביי אים דער האנדל דער עיקר ציל פון זיין לעבן, און ער פרייט זיך ווען ער האט וואס מער וועלטלעכע באשעפטיגונג.
דאס איז די תורה מרמז: ויהי הבל רועה צאן – הבל האט זיך באשעפטיגט מיטן פּאשן שי שעפּסן מיט צער (אין ויהי אלא לשון צער) – וקין היה עובד אדמה – קין האט זיין ערדישע ארבעט געטאן מיט שמחה (אין והיה אלא לשון שמחה). דעריבער איז געוועזן – וישע ה' אל הבל ואל מנחתו, ואל קין ואל מנחתו לא שעה...
(תפארת שלמה)

ויהי מקץ ימים ויבא קין... והבל הביא גם הוא: בראשית ד ג-ד

ויהי איז לשון צער. קין הוא געברענגט די מנחה ווייל ער האט געזען דעם מקץ ימים אז עס נעמט א סוף צו די יארן, עס דערנענטערט זיך דער טויט, און ער האט זיך מצער דערפון, דעריבער האט ער געברענגט א קרבן. אבע - והבל הביא גם הוא – הבל האט געברענגט קרבן מיט לעבעדיקייט און מיט שמחה, ער האט געמיינט צו דינען דעם אויבערשטן, נישט ווייל ער גייט שוין שטארבן. דעריבער איז געוועזן – וישע ה' אל הבל ואל מנחתו...
(קול שמחה)

והבל הביא גם הוא... וישע ה' על הבל ואל מנחתו: בראשית ד ד

הבל האט זיך אליין אויך מיטגעברענגט אלס קרבן, ער האט זיין אייגענעם איך מקריב געוועזן, דעריבער וישע ה' על הבל ואל מנחתו.
שפת אמת)

* * * * * * * * * *

הבל האט געברענגט זיין קרבן, נאכדעם ווי קין האט שוין געהאט געברענבט א קרבן, האט ער אויך געברענגט. דעריבער איז ער גע'הרג'עט געווארן, ווייל ער האט זיך נישט אליין מעורר געוועזן צו ברענגען פאר קעניגן.
(מהר"ל מפרג)

למה חרה לך ולמה נפלו פניך: בראשית ד ו

ס'ווייזט אויס, אז דא איז געוועזן צו קינ'ען צוויי טענות: למה חרה לך – פארוואס פארדריסט דיך אינערלעך, און אויב עס פארדריסט דיך שוין יא – למה נפלו פניך – פארוואס ווייזט נאך ארויס אפן אויפן פנים אז עס פארדריסט דיך. דארפט זיך כאשט שעמען ארויסצוווייזן דיין שלעכטע מחשבה.
(שמעתי)

* * * * * * * * * *

למה חרה לך – ווען דו ביסט נישט צופרידן, מקבל זיין באהבה אט דעם קליינעם שטראף, וועסטו ברענגען דערצו אז – ולמה נפלו פניך – דו וועסט מוזן פארליב נעמען (= נעמען באהבה) נאך ערגעגרע זאכן ווי וואס. אזוי ווי ס'איז פאראן א מאמר החכם: סבול ולא תצטרך לסבול עוד יותר – פארלייד א ביסל כדי דו זאלסט נישט דארפן מער צו ליידן.
(בשם גדול אחד)

ויאמר ה' אל קיין למה חרה לך... ואם לא תיטיב לפתח חטאת רובץ: בראשית ד ו-ז

השי"ת זאגט צו קינ'ען: וואס פארדינסט דיך אזוי? דער יצר הרע לאקערט נאר אויף דיין פתח! אז דו עפענסט אים א טיר, מיט דיין התרשלות, מיט דיין קאלטקייט און ספיקות, דעמאלט איז ער דא – פירצה קוראה לגנב! און ברענגט דיך צום ערגסטן אפילו צו רציחה. ווייז אים דו נאר נישט קיין פתח, וועסטו זען אז ער וועט איבער דיר קיין שליטה האבן, נאר פארקערט – ואתה תמשול בו.
(אהל יעקב בשם הגר"א ז"ל)

הלא אם תיטיב שאת ואם לא תיטיב לפתח חטאת רובץ: בראשית ד ז

די חז"ל זאגן אז דאס ווארט "שאת" איז פון די ווערטער וואס האבן נישט קיין הכרעה, צי זיי געהערן צו די פריערדיקע ווערטער אדער צו די שפעטערדיקע. ווארום מען קען זאגן הלא אם תיטיב שאת, און מען קען זאגן "שאת ואם לא תיטיב" (יומא נ"ב).
דאס איז א רמז אויף דעם וואס די חז"ל זאגן אז א תלמיד חכם מעג האבן א שמינית שבשמינית פון גאות (סוטה ד'). און דאס איז דער פשט אין פסוק: הלא אם תיטיב שאת – אויב דו וועסט זיין גוט, מעגסטו א ביסל זיין דערהויבן. אבער – שאת ואם לא תיטיב – ווען דו וועסט נישט זיין גוט, דעמאלט איז – לפתח חטאת רובץ...
(תוספת חיים)

* * * * * * * * * *

דער רבי ר' מאיר'ל פרעמישלאנער ז"ל האט אמאל געזאגט: רבונו של עולם! הלא אם תיטיב – ווען יידן זענען גוט – שאת – דארפסטו דאך זיי געוויס פערגעבען די זינד, נאר – שאת אם לא תיטיב – אפילו ווען יידן זענען נישט גוט דארפסטו זיי אויך מוחל זיין, ווייל – לפתח חטאת רובץ - וואס זאלן די נעבעך טאן אז דער יצר הרע ליגט זיי אויפן וועג און צווינגט זיי צו זינדיקן, ווארום באמת – ואליך תשוקתו – אינערלעך גלוסט יעדער ייד נאר צו דיר, צו טאן דיין ווילן און – ואתה תמשל בו – יעדער ייד וויל אז נאר דו זאלסט איבער אים הערשן, נישט דער יצר הרע, דעריבער דארפסטו זיי מוחל זיין אפילו ווען זיי זענען נישט אזוי גוט...
(מרגניתא דר"מ)

* * * * * * * * * *

ווען דער מענטש איז אין דער היים, פירט ער זיך שוין לויט זיין סדר און זיין דרך. טאמער אבער גייט ער נאר ארויס איבער דער טיר, ער גייט אין וועג אריין, דעמאלט שטארקט זיך דער יצר הרע גאר שטארק, ווייל עס זענען שוין פאראן פעדשידענע מניעות און מכשולים זיך צו קענען אפהיטן אין יידישקייט. לפתח – ביי דער טיר – חטאת רובץ – דארט ליגט דער יצר הרע און ווארט אויף דיין ארויסגיין...
(כתב סופר)

* * * * * * * * * *

די פארלאנגען פונעם מענטש זענען לויט זיין מצב. אן ארעמאן פאדלאנגט נאר א פרוטה אדער א שטיקל ברויט און עד שטייט ביי דער טיר; א בכּבוד'יקער מענטש, פארלאנגט שוין מער, און ער גייט שוין אריין נענטער אין שטוב אריין; א בעל חוב וועלכער קומט מיט א וועקסעל, גייט שוין אריין גאר דרייסט און פאדערט זיין חוב שטארק. די אלע קומען אבער וועגן געלד ענינים. ס'איז אבער פאראן א רוצח וועלכער קומט צונעמען דאס לעבען, אזעלכער היט זיך צו קומען אין שטוב אריין, נאר ער שטייט אויף די וועגן און אין די וועלדער. זאגט דער פסוק אויפן יצר הרע: לפתח חטאת רובץ – אמת טאקע, עד שטייט ביי דער טיר ווי אן ארעמאן און בעט זיך ביי דיר, דו זאלסט אים צוליב טאן, אבער – ואליך תשוקתו – ער איז ווי א רוצח וואס מיינט דיך אינגאנצן, ער גייט אויף דיין לעבען...
(תפארת שלמה)

* * * * * * * * * *

אויב דו וועסט דיינע מעשים אויסבעסערן, שאת – וועסטו דערהויבן ווערען צו א העכערער מדרגה ווי דו ביזט געוועזן ביז יעצט, ווארום, במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד. אויב אבער דו וועסט נישט בעסער ווערן – לפתח חטאת רבץ – איז די טיר פון זינד פאר דיר אפן, אריינצופאלן וואס מהר אין דער טומאה, ווארום הבא לטמא פותחין לו.
(מלא העומר)