תורה קוואל: פארווארט - - הסכמות
בראשית פרק - א, א-י - - א, יא-ל - - ב - - ג - - ד


ויברך אלהים את יום השביעי: בראשית ב ב

ברכו במאור פנים, אינו דומה מאור פניו של אדם בחול כמאור פניו על אדם בשבת (מדרש).

דער דין איז ביי שבע ברכות אז נאד ווען עס איז דא א פנים חדשות - א נייער מענש, דארף מען יעדן טאג פון די שבעת ימי המשתה זאגן די שבע ברכות. דאגעגן אבער אין שבת דארף נישט זיין קיין פנים חדשות.
דער טעם דערפון איז - האט דער שפת אמת ז"ל געזאגט - ווייל אין שבת באקומט דאך יעדערן אן אנדער מאור פנים, איז דאך יעדער אייגציגער מענטש, א פנים חדשות. ס'איז נישט דאס אייגענע פנים וואס נעכטן...


ואד יעלה מן הארץ והשקה את כל פני האדמה: בראשית ב ו

די חז"ל זאגן: מה יעשה אדם ויחיה, ימית את עצמו (תמיד ל"ב). – דורכ'ן צוברעכען די גשמיות'דיגע תאוות ווערט דער מענטש א חי, וועלכער קען משפיע זיין גוטס אויף דער וועלט, אזוי ווי די גמרא זאגט: כל העולם ניזון בשביל חנינא בני וחנינא בני די לו בקב חרובין מערב שבת לערב שבת (ברכות י"ז) – ווייל ער האט גענוג געהאט א קב חרובין, האט ער געקענט אראפּברענגען שפע פון פרנסה אויף דער וועלט.
איז דאס דעדר פשט: ואד יעלה מן הארץ - אויב מען צוברעכט די ערדישע תאוות (אד - פון לשון שבר, אזוי ווי כי קרוב יום אדם) - דאן קען זיין - והשקה את כל פני האדמה - קען מען משפיע זיין ברכה אויף דער וועלט...
(אורח חיים)

אעשה לו עזר כנגדו: בראשית ב יח

פארוואס שטייט נישט – נגדו נאר כנגדו מיט א כף-הדמיון?
נאר דא איז געמיינט דער יצר'הרע, וואס כאטש ער איז א געגנער פונעם מענטש, העלפט ער אים צו, צו עבודת הבורא. דורן דער בחירה מאס דער מענטש האט, דארף ער דאך כובש זיין דעם יצר-הרע, קען ער זיין אן עובד השם. דאס הייסט עזר כנגדו, ווייל ער איז אים כנגד, איז עד דערמיט אן עזר.
די חז"ל זאגן דאך כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו (סוכה נ"ב) - דאס הייסט אז יעדן גיט מען נאר אזוי פיל יצר-הרע, וויפיל ער איז בכח מנגח צו זיין. דער קלענערער מענטש האט א קלענערן יצר-הרע, און דער גרעסערער - א גרעסערן.
איז דאס דער פשט: אעשה לו עזר כנגדו - כ'וועל אים געבן דעם יצר-הרע וועלכער זאל זיין אן עזר אין דער עבודת ד' - כנגדו – פּונקט אזוי פיל וויפיל ס׳איז לויט זיינע גייסטיגע כחות אים מנצח צו דין.
(אורת לחיים)

* * * * * * * * * *

דעריבער זאגן די חז"ל אז לעתיד, וועט דער יצר-הרע אויסזען ביי די צדיקים ווי א גרויסער בארג און ביי די רשעים ווי א חוט השערה. ווייל אזוי איז עס באמת. די רשעים מיט שטארקע שלעכטע נייגונגען, האבן א קליינעם יצר-הרע אזוי ווי א האר, און די צדיקים, וואס זענען גדול מחבירו און האבן גרויסע גייסטיגע כחות, איז זייער יצר-הרע טאקע ווי א בארג.
(שם)