נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען ז
נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא - - יב - - יג - - יד - - טו - - טז
בתוה"ד האט דער רבי געזאגט אז עס איז זייער שווער אז מען זאל ארייננעמען אין די גרופע גאנצע קהילות, ווייל אין יעדע קהילה איז דא פארשידנארטיגע מענטשן מיט פילפארביגע דיעות און השקפות, יעדער האט אן אנדערע מיינונג, און עס איז אוממעגליך אז מען זאל מאכן איינס דערפון.
עס קען גאר זיין אז אין די אלע קהילות זענען דא אזעלכע וואס העטן אינגאנצן נישט געוואלט זיך אנקערן מיט אזא ארגאניזאציע. אבער – האט דער רבי אויסגעפירט – יחידים זענען זיכער דא אין יעדע קהלה וואס ווילן זיין חברים אין אזא ארגאניזאציע פון ערליכע אידן, מען קען ווען צוזאמקלויבן אפילו טויזנט ערליכע אידן וואס זאלן וועלן האבן שייכות דערמיט.
וויאזוי זאל זיך די ארגאנזיאציע האלטן? האָט דער רבי פארגעלייגט א הצעה אַז מען וועט זוכן פון יעדע קהלה די אידן וואס ווילן זיך אנגעהערן דערצו, ביז מען וועט צוזאמשטעלן אן ערך טויזענט מעמבערס, אזוי ארום וועט דאס האבן א געוואלדיגן כח.
דער רבי האט דאן באטאנט אז אפילו די ציונ'יסטישע ארגאניזאציע האבן אנגעפאנגן מיט בלויז צוויי טויזענט מעמבערס, אויב מיר האבן נישט א פאראייניגטע ארגאניזאציע ווי עס זענען אנגעשלאסן א גרויסע צאל אידן מאכט מען אונז אוועק און מען לאכט זיך אויס דערפון, אבער א ארגאניזאציע פון טויזנט מענטשן קען מען נישט אוועקמאכן...
יעדע קהלה די אידן וואס ווילן זיך אנגעהערן דערצו, ביז מען וועט צוזאמשטעלן אן ערך טויזענט מעמבערס, אזוי ארום וועט דאס
האבן א געוואלדיגן כח...רביה"ק זי"ע האט געזארגט און אויפגעברענגט אז דאס ברויך קאסטן אסאך געלט, וואס אויב מען וועט נישט שטעלן א יסוד דערפאר וועט זיך דאס נישט האלטן, דער רבי האט דאן פארגעשלאגן אז יעדער מעמבער זאל באצאלן יערליך לכה"פ $10 מעמבערשיפ, כדי צו קענען ביישטייערן די גרויסע קאסטן וואס אזעלכע פעולות פארלאנגען. דערמיט האט דער רבי געשטרעבט צו שאפן די סומע פון $10,000 צען טויזנט דאלער א יאר – וואס איז געווען א הון רב בימים ההם – מיט וועלכע מען זאל קענען אויפטוען גדולות ונצורות.
אז יעדער מעמבער זאל באצאלן יערליך לכה"פ $10 מעמבערשיפ, כדי צו קענען ביישטייערן די גרויסע קאסטן וואס אזעלכע פעולות פארלאנגען. דערמיט האט דער רבי געשטרעבט צו שאפן די סומע פון $10,000
צען טויזנט דאלער א יאר...און זינט דאן האט מען זיך טאקע מערערע מאל באנוצט מיט די נאמען פון אט די ארגאניזאציע ביי די מערכות און ביי די פראטעסטן און אין מודעות אין די גוי'אישע פרעסע.
ווי הרה"ח ר' סענדער שילדערט פלעגט דער רבי פארזאגן וואס מען זאל שרייבן אין די צייטונגען, איין אויפדערנאכט האט אים דער רבי אריבער גערופן און אנגעהויבן פארזאגן וואס מען זאל שרייבן אין אן ארטיקל אין די "ניו יארק טיימס" כדי אפצוענטפערן די אטאקעס און בלבולים וואס די ציונים האבן פארשפרייט אין די גויאישע וועלט. עס האט געדויערט לאנגע שעה'ן ביז פרי פארטאגס, מיט א שמייכל רופט זיך דער רבי אן צו ר' סענדער אז ער ברויך אהיימגיין כדי אפצושרייבן דאס גאנצע און אינדערפרי זאל ער צוריק קומען פארליינען וואס ער האט געשריבן. שפעטער ווען ר' סענדער איז צוריק געקומען מיטן פארטיגן ארטיקל און אנגעהויבן פארליינען, האט אבער דער רבי אינמיטן אריינגעהאקט און אויפגעברענגט פרישע רעיונות וואס צו שרייבן כמעין המתגבר וכנהר שאינו פוסק, ביז מען האט ענדליך געקענט ארויסגעבן דעם ארטיקל. מיט אט אזא עינא פקיחא און משמרת על גבי משמרת איז רביה"ק געשטאנען איבער יעדן פירסום אין די פרעסע!
אט דאן איז געשטעלט געווארן דער גרונדשטיין פאר די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" וועלכע איז היינט די חומה בצורה און פאנצער פארן מלחמה לד' בעמלק.
בשנת תשי"ח טראץ די שוועריקייטן דערצו בימים ההם האט רבינו הק' זי"ע דאס געמאנט און געפאדערט, אז עס זאל ווערן אויפגעשטעלט אזא סארט ארגאניזאציע וואס זאל זיך אפגעבן מיט די עבודת הקודש.
אין שנת תשי"ח ווען עס האט זיך געטומעלט איבער די גרויסער מערכה ביי די פרשת הבריכה, ווען די ציונים האבן אויפגעשטעלט בפלטרין של מלך א געמישטן שווים באסיין רח"ל, און דער רבי האט דעמאלט פאררופן די ערשטע דעמאנסטראציע אין וואשינגטאן, נאכן פראטעסט ווען דער רבי האט געליטן אויף די שטימע האט ער אפגעשריבן צעטלען איבער פארשידענע זאכן.
בשנת תשכ"ז - קרוב צו צען יאר שפעטער בשנת תשכ"ז ווען רביה"ק זי"ע האט געפירט די הייליגע מערכה אפצושרייען די גזירה נוראה פון ניתוחי מתים האבן די רבנים נאך די דעמאנסטראציע אפעלירט צום ציבור איבערן גרויסן נחיצות מען זאל גרינדן א באזונדערע ארגאניזאציע וואס זאל זיך מיט דעם אפגעבן, דער רבי האט דאס ערווענט ביי די מסיבה פון די התאחדות הרבנים (חידו"ת להחזקת המוסדות פ' בחקותי דף רס"ז), וזל"ק:
ומלבד זה הנה גם עבור המלחמה שאנו עסוקין בה עתה אשר מחוייבין להמשיך בה, צריכין ג"כ לחשוב להעמיד עבור זה איזה יסוד וארגון מיוחד בפ"ע, וכמו שבעזהשי"ת מוציאין לפועל כמה ענינים כמו"כ מן הצורך שיהי' גם עבור זה איזה יסוד שיוכלו להמשיך בזה "מ'זאל קענען צוזאמהאלטן" וכו'. אבל עכ"פ על כל הדברים האלה צריכין יסודות של תמיכה על דא ועל דא, וצריכין לחשוב על זה איזה אופנים שיוכלו לקיים כל זאת, ומחוייבין ליטול חלק בזה כל א' וא' ואין בזה שום תירוץ להשתמט מזה, דכמו שמחוייבין להחזיק כל דבר שבקדושה כמו"כ מחוייבין להחזיק גם את זאת.
ווי מיר האבן פריער דערמאנט אין שנת תשי"ח ביי די מערכה פונעם געמישטן שווים באסייון אין הארץ פון ירושלים עיה"ק האט דער רבי דאן פארגעשריבן גאר וויכטיגע ענינים איבערן פרסום בין האומות, וואס יעדעס קוץ ותג איז אן הוראה מפורשת מיד ולדורות לדעת את המעשה אשר יעשון.
דער רבי זי"ע שרייבט אויך אין די אויבנדערמאנטן צעטלען בזה"ל:
רק שיהי' בהשכל ודעת ויהי' בשעה הראוי' שכל העם שומעים
יוכל להיות שזה יהי' יותר טוב מהכל לנסות איזה זמן בדרך זה...מען זעט ווי דער רבי האט פארלאנגט מען זאל ממשיך זיין די פעולות פון פראטעסטן אויף ווייטער, און אויך אַז מען זאל רעדן ביי די דעמאנסטראציע און ביי די פיקעטינג אין ענגליש. ער ערווענט שטארק אז מען זאל דאס פארעפענטליכן אפילו אינעם "ראדיא"... נאר אלעס זאל ווערן אפגעשריבן און מסודר אויף א שכל'דיגער אופן, און דאס פארעפענטליכן אין א גוטע געלעגנהייט ווען יעדער זאל דאס קענען זען, און דאס זאל זיין אינטערסאנט פאר יעדן.
הרה"ג ר' מאיר שפיץ שליט"א אב"ד ביסטריץ פארציילט אז ער האט אמאל גערעדט מיטן רבי'ן איבער א מעגליכקייט אפצודינגען פארשידענע "טשענעלס" אין די "ראדיא", צו קענען מפרסם זיין דעם תורה'דיגען דעת איבער ציונות. דער רבי האט גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און געקלערט וויאזוי צו קענען שאפן דאס געלט דערויף... אבער צום סוף איז דאס נישט געלונגען ארויסצוברענגען.
ווי עס פארציילן די עסקנים וועלכע האבן דעמאלס מיטגעארבעט, אז ווען מען האט דעם ערשטן אמאל אריינגעלייגט אן אנאנס אין די גוי'אישע צייטונג דער "ניו יארק טיימס", וואס ווי פארשטענדליך האט דאס אפגעקאסט א הון תועפות. מען האט געדארפט ארומגיין שאפן די פאנדן דערצו, האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט: אז ס'העט ווען געוועהן געלט וואלט איך אריינגעלייגט א יעדן חודש...
בנוגע פארעפענטליכן די רעקלאמעס, איז אינטערסאנט
איבערצוגעבן וואס הגה"צ רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אבד"ק
אבני שלמה - פון די נאנטסטע מענטשן פונעם רבי'ן ז"ל -
האט אמאל איבערגעגעבן די עסקנים פון "נטרונא", אז ווי
באקאנט האט דער רבי זייער מקפיד געווען נישט צו לאזן
כאפן קיין בילדער פון זיין הייליגע צורה, און געזוכט ווי צו
אנטלויפן פון די אלע טראסקעס און אויפנאמעס... אבער ווען
ער פלעגט פארן קיין ארץ ישראל אויף זיינע באזוכן לקדש
שם שמים, איז נישט בלויז וואס ער האט געזוכט די פרסומים,
נאר אדרבה פון רבינ'ס שטוב האט מען איבערגעגעבן פאר די
רעפארטערס ווען דער רבי וועט פארן, און זיכער געמאכט אז
זיי פארציילן איבער די באזוכן, און זיי וועלן איבערגעגעבן אז
דער "גרויסער אנטי ציוני" קומט שטיצן די געטרייע לוחמים
און ערליכע אידן אין ארץ ישראל...
די הייליגע דיבורים זענען דאך א שו"ע פאר אונז, פון וועלכע מיר קענען פיל לערנען, בעיניו הבדולחים האט רביה"ק דערשפירט דעם פראבלעם אז מען קען נישט יעדן טאג אריינשטעלן אין צייטונגען אז עס זאל אנקומען אין די גאנצע וועלט, עס איז פשוט אוממעגליך, דערפאר שלאגט פאר דער רבי אז מען מוז ממציא זיין נייע פאטענטן און נייע וועגן וויאזוי דאס מפרסם צו זיין, מען זאל דאס מעתיק זיין אין טויזנטער עקזעמפלארן און צושיקן אויף טויזנטער אדרעסן.
טראץ וואס חדש אסור מן התורה, האט דער רבי געהאלטן פאר וויכטיג אז בתחבולות תעשה מלחמה, מיטן שטן מוז מען אויפטרעפן נייע ערפינדונגען און פרישע כלי זיין צו קענען גיין אין קאמף אקעגן אים, כהיום הזה אין די פארגעשריטענע וועלט וואס אלעס קען צושפרייט ווערן אין אן אויגן בליק, ערפילט נטרונא דעם רצון צדיק, דער הייליגער וואונטש פון רבי'ן און שטרעבונג, מיטן וועב זייטל וועלכע נטרונא האט אויפגעשטעלט וואס גיבט די געלעגנהייט און מעגליכקייט אז מען זאל קענען מפרסם זיין לכל באי עולם אויף א געוואלדיגן פארנעם די מלחמה לד' בעמלק וואס מען קען נישט טאן יעדן טאג מיט דעמאנסטראציעס.
הרי שלך לפניך, אט האבן מיר א קלארער בילד און הייליגער דעת תורה פון מרן רביה"ק זי"ע לדעת את המעשה אשר יעשון, וואס עס איז דער פליכט פונעם כלל ישראל אינעם מלחמה לד' בעמלק.
הערות שוליים
רעדאַקטירן