נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען ג

נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא - - יב - - יג - - יד - - טו - - טז


נטרונא דער אפאראט קעגן ציוניזם


גליון נטרונא און אירע אקטיוויטעטן - כג כסלו תשס"ח חלק א

יא! עס שיינט אינטערסאנט! אבער די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" איז נישט געשאפן געווארן היינט, עס איז יסודתו בהררי קודש פונעם אבוהון ורבהון של ישראל מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע וואס האט בעיניו הבדולחים געשטעלט די הייליגע יסודות און געטאן כל טצדקי שבעולם איר מייסד צו זיין.

צאי לך בעקבי הצאן

טייערער ברודער אחים יקרים לדיעה, זייער פינסטערע צייטן שטייען מיר אצינד, אין א דור וואס דער חושך איז בעוה"ר געווארן כפול ומכופל בעיקבתא דמשיחא, אין לנו מנהל ולא מחזיק בידינו, מיר האבן נישט ווער עס זאל אונז אנווייזן איזה דרך ישכון אור, אבער די תורה הקדושה איז א נצחית, עס בלייבט אבער די הארבע פראגע, מיר האבן דאך נישט ווי זיך צו קערן און ווענדן, - ווי רביה"ק זי"ע פלעגט זיך אויסדרוקן בלש"ק מיט געוואלדיגע בכיות ואש קודש –דער געטרייער פאסטוך און רועה נאמן האט אבער געגעבן אנווייזונגען און אונז אנגעזאגט א מהלך.

וואס איז די עצה?

צאי לך בעקבי הצאן ורעי את גדיותיך על משכנות הרועים, ווי רביה"ק פלעגט דאס חזר'ן אומצאליגע מאל די הייליגע ווערטער פון רש"י הסתכלי בפסיעות דרך שהלכו הצאן והעקביים נכרים, אין יעדן ענין, ביי וועלכע פעולה אדער שריט מען וויל טוען, ברויך מען פריער אפיר נעמען די הייליגע ספרים, אנפרעגן ביי אידן פון פריערדיגן דור, שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, עלטערע אידן, זקני הדור, תלמידי חכמים וואס האבן זוכה געווען מקבל צו זיין פון א דור בעפאר, און הערן וואס האט מען געטון אין אזא פאל, און אין אט די הייליגע פיסטריט קען מען נאכגיין, נאר דאן איז מען פארזיכערט אז מען גייט אין דעם הייליגן דרך הישר המקובל בדרכי אבותינו ורבותינו הק' ומיני' לא נזוע.

זכור ימות עולם

אלזא טייערע אידן, איידער מיר לאזן זיך אריין, איבער די השתלשלות, וואונדערליכע דערגרייכונגען, און פעולות נשגבות, וועלכע ווערן אוועקגעשטעלט דורך די נאבעלע און הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" ברויכן מיר מקיים זיין, דעם זכור ימות עולם, שאל אביך ויגדך, לאמיר אפירזיכן בספר מלחמות ד' אין די הייליגע היסטאריע פון די מלחמת אש דת השערה וואס דער קדוש ד' עמוד אש שלהבת ואורה מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע האט געפירט בראש מערכות ישראל אנטקעגן די פינסטערע קליפה הציונית דאס מלכות המינות וועלכע האט פאראומגליקליכט דעם כלל ישראל מיום הווסדה ועד היום זה, יעדער ריר און יעדן דיבור פון מרן רביה"ק זי"ע איז דאך א תורה שלימה פאר אונז לנו ולבנינו עד עולם לעשות ככל דברי התורה הזאת, דערפון קענען מיר ציען פאראלעל, און אראפלערנען די מסקנות לדעת את המעשה אשר יעשון.

לאמיר אויפמישן איינע פון די גאר רייכע און העכסט אינטערסאנטע קאפיטלען אין יענע פייערדיגע היסטאריע אין די דברי הימים פון די מלחמת אש קודש וואס איז געפירט געווארן דורך מרן רבינו הקדוש והטהור זיעוכי"א.

הציב וירה אבן פינתה

רביה"ק זי"ע לייגט דעם גרונדשטיין פאר נטרונא!

וואס? איר וואונדערט זיך אוודאי, וואס דא גייט פאר, פון וועלכע נטרונא רעדן מיר דא, אונזער הייליגע ארגאניזאציע שטייט קוים זיבן יאר כולן שוין לטובה?

אבער יא! איר האט גאר גוט געליינט, און איר קענט נאכאמאל איבערליינען און ווירקליך דאס נעמען אין באטראכט, רביה"ק זי"ע האט בשעתו געלייגט דעם יסוד און געשטרעבט מיט גרויסע כוחות ודמים תרתי משמע אויפצושטעלן אזא סארט ארגאניזאציע וואס זאל זיך אפגעבן מיט די פעולות נשגבות.

לאמיר עטוואס איבערגיין דאס השתלשות הענינים וגלגולי סיבות פון אט די שווערע יארן פונעם התייסדות המדינה הציונית ווען רביה"ק זי"ע איז געווען דער שר צבא ישראל דער הייליגער גענעראל במלחמה לד' בעמלק.

מדינה של גיהנום

א פינסטער יאר פארן כלל ישראל, פאר די גאנצע בריאת שמים וארץ, פאר אלע עולמות עליונים ותחתונים, איז געווען דאס יאר שנת שח"ת, דערנאך וואס אידן זענען שוין אדורכגעגאנגען די שרעקליכע חבלי משיח ווען מען האט מקריב געווען אויף די עקידה זעקס מיליאן אידן הי"ד, האבן די אלע שרידי חרב פליטי המלחמה געוואוסט און געשפירט אויף זיכער אז אט קרובה ישועתינו לבוא, האט אבער די סטרא אחרא גובר געווען אין יענעם שנת פקידה, שטנא נצח! די טמא'נע אפיקורסים האבן באוויזן אויסצופירן זייערע פינסטערע פלענער מען האט ליידער עובר געווען אויף די שבועות וואס דער בוכ"ע האט אונז באשוואוירן, מען האט מורד געווען אינעם גזירת הגלות, מורד געווען באומות אויפן שרעקליכסטן פארנעם, און אריינגעשטעלט דעם כלל ישראל אין א סכנה נוראה אין וועלכע מיר געפינען זיך עד היום הזה, און די ציוניסטישע מדינה של גיהנום איז בעוה"ר געווארן א טרויעריגער פאקט וואס איז מעכב ישועתן של ישראל.

רביה"ק זי"ע לייגט דעם גרונדשטיין פאר נטרונא...! יא! איר האט גאר גוט געליינט...! ער האט בשעתו געלייגט דעם יסוד... אויפצושטעלן אזא סארט ארגאניזאציע...

הביטו אל אברהם אביכם

אין די בחי' פון "אחד הי' אברהם" איז רבינו הק' זי"ע געווען נאך דעם גרויסן חורבן פון כלל ישראל דער יחיד בדורו וואס האט אויסגעשריגן דעם מי לד' אלי, ער האט ממשיך געווען מיט די הייליגע מלחמה וואס אלע צדיקי אמת קדושי עליון פון בעפאר די קריג האבן אויסגערופן אנטקעגן דעם רעיון הציוני. דער רבי איז דאן געווען אין אמעריקא אין די בראשית יארן ווען ער האט קוים געהאט א מנין אידן מיט זיך וואס זאלן וועלן מיטהאלטן מיט זיין הייליגע שיטה, אזוי ווי אברהם אבינו בדורו וואס איז ארומגעגאנגען פון איין פלאץ צום אנדערן פון איין מענטש צום צווייטן אויסרופן די אמונה אין השי"ת, אזוי האט רבינו הק' דעמאלט אין יענע תקופה זיך אראפגעלאזט צו יעדן בחור'ל באזונדער, עס זענען דאן געווען די צובראכענע איבערגעבליבענע רעשטלעך שרידי חרב אודים מוצלים מאש, דער רבי האט מיט יעדן איד, מיט יעדן אינגערמאן, בחור, זיך אפגעשטעלט און אויסגעשמועסט מיט אים עניני אמונה, דער רבי האט יעדן מסביר געווען דעם ביטערן חורבן וואס די ציוניסטישע מדינה של גיהנום ברענגט מיט זיך, און איינגעפלאנצט אמונת אומן בתוך לבבות בני ישראל.

הגה"צ דער פאיער רב שליט"א דערציילט אז איין פרייטאג צו נאכטס )פ' וארא תש"ז( ווען דער רבי האט געפירט טיש אין זיין אכסני' אויף ראדני סטריט וואו עס האבן זיך געפונען א קליינער ציבור, אויבנאן נעבן רבי'ן איז געזעצן א גאסט פון א"י, א ירושלימער איד, אינמיטן טיש האט זיך דער רבי ביי אים אינטערסירט אויפן מצב אין ארץ ישראל, )דעמאלט איז געוועזן גרויסע מלחמות וואס די ציונסיטישע אצ"ל גרופע האט אנגעפירט מיט געפערליכע מלחמה און מרידה באומות קעגן די ענגלענדער מיטן ציל צו ערררייכן די מדינה( דער איד האט נישט געוויסט צו וועמען ער רעדט, האט ער זיך אויסגעדריקט מיט א הנאה איבער די געלונגענע טעראריסטישע אקציעס פון די אצל'ניקעס ימ"ש קעגן די ענגלענדער ביי וועלכע זיי דערלאנגען זיי גוטע קלעפ, ער האט זיך אויסגעדריקט, מ'באקומט טאקע צוריק קלעפ, אבער דאס איז זיסע קלעפ, דער רבי, וועלכער איז ביז דאן געזעסן רואיג ביים טיש האט פלוצים הערנדיג די דאזיגע ווערטער אויפגעריסן מיט אן אויסערגעווענליכן שטורעם, אורייתא קא מרתחת בי'.

פלוצים האט זיך דער רבי גענומען שרייען מיט קולי קולות:

די ווערטער זענען מינות וכפירה! מ'טאר נישט האבן קיין הנאה פון די מעשים פון מינים ואפיקורסים וועלכע זענען אין כלל פון מורידין ולא מעלין. די התגרות באומות פון די ציונסיטישע טעראריסטן איז א מרידה אין דעם אויבערשטן, עס ברענגט די גרעסטע סכנה פאר אידן.

דער רבי האט זיך נישט געקענט בארואיגן און בקול חוצב להבות אש געטריפט מיט בלוט זאגנדיג:

אייערע ווערטער זענען דברי מינות און איך וויל נישט הערן קיין דברי מינות ביי מיין טיש. איך וויל נישט זיצן ביי איין טיש מיט אידן וועלכע רעדן דברי מינות וכפירה. איר קענט שוין ארויסגיין מפרסם זיין אין די גאס אז עס איז נאך דא איין "משוגענער" אויף די וועלט וועלכער שרייט נאך אז די מעשים פון די ציונים זענען מינות. איך ווער נישט נתפעל וואס די גאנצע וועלט וועט זאגן און אויב די גאנצע וועלט וועט לאכן פון מיר. ווען איך האב געוואוינט אין א"י האב איך דאס אויך געשריגן, כאטש איך בין געווען איינער אליין וואס האט עס געשריגן אין דער עפענטליכקייט. איך האב נישט מורא פון קיינעם, און עס אינטערסירט מיך נישט וואס די גאנצע וועלט זאגט, ווען עס איז קעגן די אמונה און קעגן דעת תורה הק'.

דער גאנצער עולם וואס איז געווען ביים טיש איז אויפגעטרייסעלט געווארן פון די אויסטערלישע קולות פון די דברים חוצבים מלהבות אש, פון רבי'ן. זיי האבן געזען ווי דעם רבינ'ס פנים האט געפלאמט און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן וואס ער האט געהערט אזעלכע דברים דוקרים כבמדקרות חרב, וועלכע האבן אים געשטאכן ווי מיט שפיזן, אז עס איז געווען קענטיג אז עס שאדט אים ממש צום געזונט.

אזעלכע און ענליכע וויכוחים האט דער רבי געהאט טאג טעגליך מיט אנשי שם, מיט רבנים, תלמידי חכמים, חסידישע אידן, און פשוטע אידן, דאס האט דעם רבי'ן אויסגערגעווענליך געקרענקט עד דכדוכה של נפש, און ער האט צוליב דעם פארגאסן טייכן טרערן, נישט קענענדיג פארנעמען צו הערן ווערטער וואס זענען פוגע אין די אמונה, דער רבי האט פרובירט פאר יעדן מסביר צו זיין דעם גרויסן אומגליק און סכנה וואס דאס ברענגט אויפן כלל ישראל.

... פלעגט זיך דער רבי מיט יעדן יונגל אראפזעצן און מסביר זיין געמיטליך ווי א דרדקי מלמד דעם עומק הענין. דער אומגליק פון די מדינה, אזוי ווי אברהם אבינו בשעתו, האט ער אין יעדן קינד באזונדער איינגעווארצלט די יסודות האמונה און פארענטפערט אלע קשיות...

להזהיר גדולים על הקטנים

עס האט דערציילט הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא ע"ה אז דאן אין די ערשטע יארן איז אפטמאל אויסגעקומען אז אזווי ווי עס איז געווען אפי' היימישע מענטשן וועלכע האבן אויף נישט פארשטאנען דעם חומר הענינים, האבן צוליב פחד פון די פילע בזיונות און דראאונגען פון די ציוניסטישע וועלט געוואלט אז דער רבי זאל שוין אויפהערן צו רעדן פון די ענינים, זיי האבן זיך אבער נישט געוואגט צו זאגן פארן רבי'ן א ווארט, פלעגן זיי שיקן זייערע אינגע קינדער, 12-13 יעריגע בחורימ'לעך, זיי זאלן פרעגן דעם רבי'ן, צוליב וואס דער רבי דארף פירן א מלחמה איבער א"י? עס קען דאך קומען צו א סכנה, זיי האבן געוואלט משפיע זיין אז דער רבי זאל אויפהערן מרעיש עולמות צו זיין.

דערווייל פלעגט זיך דער רבי מיט יעדן יונגעל אראפזעצן און מסביר זיין געמיטליך ווי א דרדקי מלמד דעם עומק הענין. דער אומגליק פון די מדינה, אזוי ווי אברהם אבינו בשעתו, האט ער אין יעדן קינד באזונדער איינגעווארצלט די יסודות האמונה און פארענטפערט אלע קשיות און מסביר געווען אז דאס איז פון די יסודי האמונה און מ'דארף קעמפן מיט מסירות נפש, נישט אויפגעבן דעם קאמף אויסצושרייען די אמונה, נאר פארקערט, ער האט זיך אלץ מער געשטארקט מיט מסירות נפש אויסצושרייען די אמונה אמיתית בה'

מקורות רעדאַקטירן

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך רעדאַקטירן

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם