נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען ו

נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא - - יב - - יג - - יד - - טו - - טז


נטרונא דער אפאראט קעגן ציוניזם


גליון נטרונא און אירע אקטיוויטעטן - כג כסלו תשס"ח חלק ד
דער ערשטער יסוד פון די ארגאניזאציע

ווי דערמאנט האט דער רבי כסדר געזארגט, געטראכט, און פלאנירט, פארשידענע אופנים און תחבולות וויאזוי מען זאל קענען אנגיין און שטעלן די מלחמה קעגן ציונית אין אלע אירע פארמען.

נאך יענעם פראטעסט האט דער רבי מחליט געווען בדעת קדשו אז עס זאל זיך גרינדן א ארגאניזאציע וואס זאל צוזאמגעשטעלט ווערן אלס פאראיין פון ערליכע "בעלי בתים יראים ושלמים" וואס זאל טראגן א שטארקן געוויכט קעגן ציונית, אט די ארגאניזאציע זאל קענען קעמפפען מיט אלע ציוניסטשע אראניזיאציעס.

דער יסוד פון דעם געדאנק איז געווען אז עס זאל זיך שאפן א פאראייניגטער כח פון ערליכע אידן וואס זאלן מפרסם זיין איבער די וועלט פאר אלע אידן די שרעקליכע סכנה פון ציונות, מען זאל אויפדעקן זייערע נידערטרעכטיגע מעשים, און די פאלשע פארפירערישע טעאריעס, שקרים וכזבים מיט וועלכע די "פרומע ציוניסטן" פיטערן די וועלט אז די מדינה איז א גליק פארן כלל ישראל, זיי פרעדיגן די מצוה פון ישוב ארץ ישראל, זיי שטעלן זיך אונטערן שלייער פון חובבי ציון, אט דאס זאל ווערן אפגענטפערט איבער דער גארער וועלט פאר יעדן איד וואס וויל נאר הערן און געדענקען אז שקר ענה בפיהם, עס איז דער גרעסטער בראך פארן כלל ישראל, און די אמת'ע ערליכע אידן זענען די וואס גלוסטן און האבן ליב ירושלים עיר הקודש משוש כל הארץ, די ריכטיגע חובבי ציון זענען די וואס בעטן יעדן טאג מיט הייסטע תפלות מען זאל שוין זוכה זיין ולירושלים עירך ברחמים תשוב, אבער מיר ווילן נישט און מיר טארן דאס נישט נעמען אליין מיר שטיין און ווארטן בכליון עינים בעת שיעלה רצון מעת הבורא יתברך שמו ווען ער וועט אונז שיקן משיח צדקינו, אידישע קינדער ווילן נישט קיין שייכות האבן מיט אט וואס האבן ווידערגעשפעניגט אינעם בוכ"ע און זיך אראפגעווארפן זיין יאך וואס ער האט ארויפגעלייגט אויף אונז דעם גזירת הגלות.

זונטאג פ' תרומה תשט"ו – איז דאס ענדליך צושטאנד געקומען, מען האט דעמאלט פאררופן א אסיפה אינעם ווינער בית הכנסת )וועלכע איז ערשט דעמאלס אפגעקויפט געווארן( אויף ליע עוו. קאר. ראבלינג סט. אין וויליאמסבורג. צו די אסיפה זענען זיך צוזאמגעקומען פילע חשוב'ע און ערליכע עסקנים, פארשטייער פון פיל קהלות און בתי מדרשים, וועלכע זענען פאררופן געווארן דורך דעם רועה נאמן מרן רבינו הקדוש זי"ע, וועלכער האט געשטרעבט דערמיט צו גרינדען א חבורה פון בעלי בתים חשובים מיט די אמאליגע מסורה, וועלכע זאל דינען ווי א "באַזע" וואס זאל שטיין אין שטענדיגן קאנטקאט און עפענען אן ארגאניזירטע מערכה אנטקעגן דעם שלטון הכופרים אין די אידישע און אין להבדיל די גויאישע גאס, און דערביי אפשלאגן די פילע ציוניסטישע דעות וועלכע האבן דאן באהערשט דעם אידישען וועלט.

נאך א לאנגן דין ודברים, איז באַשלאָסן געווארן מייסד צו זיין אן ארטאדאקסישער פאראיין. מערערע הצעות זענען אויפגעברענגט געווארן אויפן טיש, ווי אזוי דאס זאל למעשה צושטאנד קומען. צום סוף האט מען זיך פאראייניגט צו גרינדען אן "איחוד עולמי למען חיזוק הדת" (אדער שפעטער טרעפן מיר דאס אונטערן נאמען "איחוד של הקהילות החרדיות") וואס זאל שטיין על משמר הדת, און זאל זיין גרייט זיך צו שלאגן קעגן דעם שרעקליכן עקירת הדת וואָס האט דעמאלס געהערשט אין ארץ ישראל.

אויפן פלאץ איז ערוועלט געווארן א וועד מסדר צו זיין דעם פאראיין, עס האט געהערשט א געוואלדיגן התלהבות אין די רייען פון די עסקנים צו טוען פעולות למען כבוד שמו יתברך ותורתו הקדושה, און עס זענען ארויסגעשיקט געווארן אין דעם פראיעקט.

עס איז דאן פאר דעם צוועק ארויסגעדינגען געווארן אן אפיס פאר די ארגאניזאציע, אויף 246 פיפטע עוועניו אין מאנהעטן וועלכע זאל אנפירן מיט די פראיעקטן. א באזונדערע אפיס איז אויך געווארן געגרינדעט אין וויליאמסבורג אויף 134 בראדוועי, מען האט צוגעשטעלט מעמבער שיפ קארטלעך פאר יעדן איד וואס וויל מקיים זיין דעם חבר אנו לכל אשר יראוך.

כדי צו קענען אנהאלטן דעם פאראיין איז ארויפגעלייגט געווארן אויף יעדען א שטייער פון יערליכע אדער חודש'ליכע מעמבער שיפ, צו ערמעגליכן דעם עקזיסטענץ און פארשטארקן דעם כח פון דעם פאראיין אויף אלע פראנטן.

א קאפיע פונעם מעמבער-שיפ קארטל
מי בראש

אויפן אפיציעלן דרוק סארט פונעם פאראיין וועלכע זענען נאך פארבליבן, פיגורירן גאָר חשובע רבנים הגאונים זכר צדיקים לברכה און פראמינענעטע עסקנים וואס האבן זיך דאן אנגעשלאסן אין די ארגאניזאציע, צווישן זיי די חשוב'ע רבנים הגאונים הצדיקים:

הגאון האדיר רבי דוד יונגרייז זצ"ל ראב"ד ירושלים, הגה"צ ריסקעווער רב זצ"ל, הגה"צ וואוידיסלאווער רב זצ"ל, הגה"צ שאפראנער רב זצ"ל, הגאון הרב סאוויצקי פון באסטאן זצ"ל, הרה"ג ר' גרשון ליעבמאן זצ"ל פון פאריז, שטראסבורגער רב זצ"ל (שפעטער אין ירושלים), און די חשוב'ע אנשי שם הרב ברוך קאפלאן ז"ל, הרב אברהם ראטה ז"ל פון ירושלים, החסיד הנגיד ר' געצל בערגער ז"ל פון לאנדאן, מוה"ר יודא לייב ווייס ז"ל (פון ירושלים שפעטער אין קרית יואל), מוה"ר יעקב שלמה שטיינפעלד ז"ל פון די ווינער קהלה, מוה"ר חים ראטה ז"ל פון ברוקלין, להבחל"ח הרה"ג ר' ישראל יצחק דאמב שליט"א פון לאנדאן, הרב יוסף שיינבערגער ז"ל פון ירושלים, מוה"ר שמעון ווייס ז"ל (דאן אין אוראגוויי שפעטער אין קרית יואל), און נאך פילע אנשים חשובים פון דער גארער וועלט.

מי לד' אלינו

ב' ניסן תשט"ו – איז ארויסגערופן געווארן אין דעם ארטאדאקסישן ארגאן פון "דער איד" דער ערשטער עפענטליכער מעלדונג פון דעם פאראיין, ווי מען האט ארויסגעגעבן א הייסן רוף צו פאראייניגן אלע תורה טרייע אידן פון דער גארער וועלט אין איין גרויסער וועלט קערפערשאפט, עס זאל ווערן א וועלט ארגאניזאציע וועלכע זאל קאנצעטרירן ארום זיך די הונדערטער טויזענטער אידן שומרי תורה ומצות וואס זאלן זייך אנגעשלאסן אין דעם הייליגן קאמף, עס ווערט געמאלדן אז אין די ארגאניזאציע האבן זיך שוין אנגעשאלסן 37 שוהלען און ארגאניזאציעס פון פארשידענע טיילן אין גרעיטער ניו יארק און דערמיט איז געלייגט געווארן דער יסוד פאר די ארגאניזאציע.

דאקומענטן פון די ארגאניזאציע "איחוד עולמי של היהדות החרדית" און "איחוד עולמי למען חיזוק הדת".

שכחום וחזרו ויסדום

אזוי ווי ביי יעדן דבר טוב, איז אויך די ארגאניזאציע עטוואס נתרשל געווארן, און עס איז דעריבער גאר שווער אנגעקומען פאר די איינקאסירער איינצומאנען דעם מעמבער שיפ, און נאך פארשידענע עיכובים, וואס האט גורם געווען אז עס זאל כמעט בטל ווערן דער גאנצער פאראיין.

דער מנהיג ישראל וועלכער האט מיט גאנצן לייב און לעבן געקעמפט אויסצושרייען דעם דבר ד' האט אבער נישט פארגעסן דערפון. הגם עס איז שוין פארלאפן צוויי יאר זינט די אסיפה, האט רבינו הק' זי"ע מיט זיינע הייליגע אויגן געזעהן און געשפירט דעם אומגעהויערן צורך און קריטישע וויכטיקייט פון אזא ארגאניזאציע, און האט מחליט געווען בדעת קדשו דאס ווידעראמאל מחזק צו זיין.

די צווייטע אסיפה


מאנטאג פ' חקת שנת תשי"ז – האט מרן רבינו הק' זי"ע פאררופן אן א אסיפה בביתו נאוה קודש, עס האבן זיך דארט בא שוין טייליגט אן ערך פון דרייסיג אנשים חשובים, קרואי מועד, ראשי הקהלות פון די אולטרא ארטאדאקיסשע קרייזן אין ניו יארק.

לויט ווי הרה"ח ספרא רבא ואיש האשכולות ר' סענדר דייטש ז"ל גיט איבער אין זיין ספר "בוצינא קדישא", ברענגן מיר פאר אייך א טיילווייזע רשימה פון די קהלה פארטרעטער וועלכע האבן אנטייל גענומען ביי יענע וויכטיגע אסיפה למען חיזוק הדת, יעדער פון די באטייליגטע איז געקומען פארטערטן איינע פון די חרדישע קהלות אין ניו יארק, ווי פאלגענד:

מו"ה ישראל זופניק, מו"ה ליפא פריעדמאן, סאטמאר. הרב פייבל הלברשטאם (הה"צ מקשאנוב זצ"ל), צאנז. הרב חיים דוב גרינפעלד (משב"ק אצל הגה"ק ממונקאטש זצוק"ל), מונקאטש. מו"ה יעקב יצחק צימענט, סיגעט. מו"ה יהושע שווארץ שו"ב, סיגעט. מו"ה שבתי מרדכי בערקאוויטש (שפעטער מנהל אין התאחדות הרבנים), סאטמאר. מו"ה יעקב שלמה שטיינפעלד, וויען. מו"ה אברהם ווערצבערגער, סאטמאר. מו"ה יהוסף שווארץ, סאלקא. הרב יעקב אונגאר (א זון פונעם פריערדיגען נייטרא'ער רב הגה"ק רבי שמואל דוד אונגאר זצוק"ל), סטראפקאוו. מו"ה שמעון וואלדמאן, קראסנא. מו"ה משה האפפמאן, פאפא. מו"ה נפתלי צבי לאנדא, סאלקא. מו"ה גדלי' שווארץ, שאפראן. מו"ה מענדל ראטה, פאפא. מו"ה ישראל מייזנער, פאפא. מו"ה אברהם שווימער, שאפראן. מו"ה יוסף הירש, קראסנא. מו"ה סענדר דייטש, סאטמאר. און נאך חשובע עסקנים.

העתק מלש"ק של רבינו הק' זי"ע אצל אסיפת ב' חקת תשי"ז
דעריבער מוז ווערן געגרינדעט אזא סארט גרופע אדער ארגאניזאציע פון יראים, וועלכע זאלן שטיין על משמר הדת, סיי דאהי און סיי אין ארץ ישראל, זיך מחזק צו זיין, און מוחה זיין, און נישט איינרוען, נאר אויפרודערן די וועלט.

אן א פאראיייניגטע ארגאניזאציע אקעצפטירט מען נישט אונזער מיינונג אין די וועלט, ממילא אז מען וועט האבן אן ערנסטע קערפערשאפט קען מען פיל אויפטאן, ובפרט אז עס האבן זיך שוין

געוואנדן מערערע מענטשן פון דער גארער וועלט צו שאפן אזא גרופע...


דברים חוצבים להבות אש

דער רבי זצ"ל איז דאן אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים, )געדרוקט במילואו אין ספר בוצינא קדישא ח"ב דף רס"ז וואס עס האט אפגעשריבן בשעתו הרה"ח איש אשכולות ר' סענדער דייטש ז"ל ראה"ק( ווען צו ערשט האט דער רבי מקדים געווען איבער די שוועריקייטן פון די טריפה'נע אמעריקע, ווי שווער עס איז און די גרויסע סייעתא דשמיא וואס מען ברויך האבן צו קענען דא איינצופירן אידישקייט אויפן אור-אלטן תורה'דיגן וועג, און וויפיל חיזוק און אנטשלאסנקייט עס פארלאנגט זיך אויף יעדן פראנט, וואס דאס ווערט ליידער נישט עררייכט דורך די פילע "ארגאניזאציעס", וואס דערפאר פארלאנגט זיך אן ערנסטע אקטיווע וועד עסקנים פון היימישן קרייז, וועלכער האלטן טאקע ביים טוען למעשה.

דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג:

דער מצב אין ארץ הקודש איז שרעקליך און ביטער, וואסערע סכנה עס שוועבט דארט ברוחניות און בגשמיות, ווי די פושעים זוכן צו אונטערדרוקן דעם ערליכן אידענטום מיט כל ערליי רדיפות, מען האט פשוט מורא ארויסצוגיין מוחה זיין ציטערנדיג פאר די אכזריות'דיגע שריט פון די ציונים, זייער גאנצע ציל איז בלויז אויסצורייסן אידישקייט רח"ל. דאס זענען דאך די זעלבע חברה וואס האבן חרוב געמאכט גאנצע קהלות קדושות אין אייראפע, און זיי האבן אויסגעשמד'ט אלפים ורבבות תמימי לב, און דער ווייטאג איז נאך מער אויב קיינער איז נישט מוחה אויף דעם בעוה"ר! נאר ליידער פארקערט, פאראן אזעלכע וועלכע בארעכטיגן זיי גאר, און אויף אלעם ענטפערן זיי אז עס איז כשר וישר!

דער רבי האט דאן גע'טענה'ט אז די איינציגסטע זאך מיט וואס די ציונים רעכענען זיך נאך, איז דער פאקט אז עס איז פאראן א ציבור פון אידן אין די וועלט וואס איז נישט מסכים צו זיי און צו זייערע מעשים. נאר דורך די זאך איז נאך דא א שטיקל השפעה, און א כח זיי אפצושרעקן.

אן ארגאניזאציע - דער איינציגסטער כח

דעריבער האט דער רבי ווייטער אויסגעפירט זיינע ווערטער:

עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר צו בעטן די אומות העולם, זיי זאלן פרובירן אויסנוצן זייער השפעה אויף די דארטיגע ממשלה אז זיי זאלן נישט קענען אזוי אונטערדרוקן די ערליכע אידן. אפילו אויף דעם האבן נאך די ציונים טענות מיט דעם אז מיר גייען צו די גוים זיך אפרעדן קעגן זיי, אבער ווען נישט דאס וואלטן מיר נישט געהאט חס ושלום דעם כח אין די וועלט, און ווער ווייסט צו עס וואלט בכלל געבליבן עפעס א זכר ח"ו, און ווער עס האט נאר אביסל שכל וועט מודה זיין צו דעם.

דעריבער - האט דער רבי ווייטער געפאדערט - מוז ווערן געגרינדעט אזא סארט גרופע אדער ארגאניזאציע פון יראים, וועלכע זאלן שטיין על משמר הדת, סיי דאהי און סיי אין ארץ ישראל, זיך מחזק צו זיין, און מוחה זיין, און נישט איינרוען, נאר אויפרודערן די וועלט. אן א פאראיייניגטע ארגאניזאציע – האט דער רבי געטענה'ט - אקעצפטירט מען נישט אונזער מיינונג אין די וועלט, ממילא אז מען וועט האבן אן ערנסטע קערפערשאפט קען מען פיל אויפטאן, ובפרט אז עס האבן זיך שוין געוואנדן מערערע מענטשן פון דער גארער וועלט צו שאפן אזא גרופע.

הערות שוליים רעדאַקטירן


מקורות רעדאַקטירן

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך רעדאַקטירן

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם