נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען ה

נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא - - יב - - יג - - יד - - טו - - טז


נטרונא דער אפאראט קעגן ציוניזם


גליון נטרונא און אירע אקטיוויטעטן - כג כסלו תשס"ח חלק ג
דער גרעסטער כבוד שמים

ביי די אסיפת התאחדות הרבנים שנת תשי"ח האט דער רבי שטארק מרעיש עולמות געווען איבער דעם ענין פון די דעמאנסטראציעס[1] און דעם חיוב מפרסם צו זיין בין האומות אז די ציונים פארטערטן[2] נישט דעם כלל ישראל, נאר דאס קען האבן אן השפעה און ראטעווען דעם שארית הפליטה בארצה"ק ובארצות הגולה.

זע בייגעלייגט א העתק פון געציילטע אויסצוגן[3] וואס דער רבי האט דאן געזאגט בלש"ק.

דערפאר האט רביה"ק זי"ע אויסגענוצט די אלע געלעגנהייטן ווען מען איז ארויסגעגאנגען בחוצות וברחובות מקיים צו זיין דעם "צאו והפגינו" האט מען אויסגענוצט די זעלטענע געלעגנהייט און פארלייגט אלע כוחות אז עס זאל נתפרסם ווערן בין האומות אויפן שטארקסטן פארנעם וואס איז נאר שייך אז מיר תורה טרייע אידן האבן נישט קיין שייכות מיט דעם מלכות המינות און אירע אומווירדיקייטן[4] טאטן מיט איר מרידה באומות און בעיטה בגזירת הגלות, און אירע נידערטרעכטיקע[5] אכזריות און רדיפת הדת קעגן אחב"י דרי ארץ הקודש.

חילול שמו יתברך לעיני כל הגוים

והחוט המשולש לא במהרה ינתק, דער שטארקער עיקר און גרויסער יסוד וואס רביה"ק זי"ע האט געהאט פאר די אויגן אז אויסער דעם פראבלעם פון די אלע גזירות קומט צו דער שרעקליכער ווייטאג פונעם אומבאשרייבליכן חילול ד' וואס ווערט געמאכט לעיני השמש מיטן טרעטן אויף דער תורה הק' און איר פארשוועכן[6] אונטערן נאמען און אין שליחות פון כלל ישראל, פון א "אידישע מדינה", דער שרעקליכער התגרות באומות וואס ווערט פּראָוואָצירט[7] אנטקעגן ממלכות אדירות וואס חוץ דעם שרעקליכן איסור און העברה על השבועות איז דאך א געוואלדיגע סכנה מרחפת אויפן כלל ישראל וואס ווערט אנגעברענגט דורך זיי, און דערפאר האט רביה"ק געזען פאר א געוואלדיגן חיוב עצום אז מען זאל מפרסם זיין בין האומות אז די ציונים זענען נישט די פארטרעטער פון כלל ישראל, זיי רעדן נישט אין אונזער נאמען, דערמיט טוט מען דערגרייכן דריי צילן בהעלם אחת:

א) אוועקצונעמען און פארמינערן[8] דעם גרויסן חילול שם שמים וואס איז מפורסם אין די גאנצע וועלט אז די וואס רופן זיך בשם ישראל זענען עוקר די תורה הקדושה.

ב) אראפצונעמען דעם שרעקליכן חרון אף וואס רוט אויפן כלל ישראל מחטאת החטאים האלה בנפשותם און דערפילן אונזער פליכט כלפי שמיא זיך אנצונעמען פארן כבוד שמו יתברך, פארן עלבון התורה הקדושה און צער השכינה הקדושה.

ג) אפראטעווען אז אידישע קינדער זאלן נישט גענומען ווערן אין פאראנטווארטליכקייט פאר די מרידה באומות פון די ציונים.

העתק מלש"ק של רבינו הק' זי"ע בכינוס הכללי שנת תשי"ח

...דאס איז דאס גאנצע, זיי האבן מורא פארן גוי אז דער גוי וועט משפיע זיין אויפן יוד, אין דעם איז נישטא קיין מקום להסתפק, דאס איז איינס, דאס איינציגע מיטל זאלן נישט חלילה אונטערברענגען ח"ו אינגאנצן דעם דת, וואס אמאל ווייטער, זיי וועלן נאך צושפארן די בתי מדרשים, נישט לאזן די ת"ת, זיי האבן אביסל מורא, טאמער אז זיי וועלן זיך געוויינען און זיי וועלן זען [שאין להם מה להתיירא] פארכטן פאר דרויסן גארנישט, דעמאלסט זאל דער אייבערשטער שומר ומציל זיין, וועט אויסקומען חלילה אז ס'זאל נישט בלייבן קיין יודישער יוד אין ארץ ישראל, (דאס) איינציגע מיטל איז דאס, און דא ליידער בעוה"ר קומט מען און מ'וויל דאס שטערן, איינער זאגט ס'איז א חילול ה' און איינער זאגט ס'איז א סכנה אז מ'קומט זיך נאר צונעזאם דאס איז דאך דאס גאנצע, דאס איינציגע מיטל איז דעם ..., ס'איז דער גרעסטער כבוד שמים אז מ'זאל געוואר ווערן אז ס'איז דא יודען וואס זיי נעמען זיך נאך אן פאר דער תורה.

מימות עולם האבן זיי געשריגן אז צדיקים ברענגען [יודען אין א] סכנה, און דורכדעם איז דא אנטיסעמיטן, ווער ס'האט א מח בקדקדו דער זעט שוין היינט ווער ס'האט געמאכט די סכנה פארן כלל ישראל... ווען מ'פאלגט געווען די ערלעכע יודען און ווען מ'האט זיך געווען געהאלטן ביי דעם האט מען נישט געווען געקומען צו די אלע צרות, דאס איז בלי שום ספק, אזוי איז דאס אייביג, זיי שרייען סכנה, ווער סכנה... אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט די אומות העולם וועלן זיך נישט גיין שלאגן פארן דת... איז נישטא קיין שום סכנה, א סכנה איז נאר דא פון זיי, וואס זיי שטייען און מ'רייצט אויף און מ'טוט, נאך דעמאלסט ווען ס'איז נאך ניט אמאל געווען קיין מדינה זענען געגאנגען ... איבערהויפט היינט איז מען יעדע רגע אין א סכנה דורך זיי... זיי מוזן אויספירן ל"ע אונטערברענגען דעם דת, דאס איז די איינציגסטע זאך, דאס איז נישט קיין סכנה?, נאר אז מ'שטעלט זיך מ'איז לוחם אקעגן דעם דער מאכט א סכנה?

איז דאס איינס פונעם גרעסטן חוב (לעמוד וללחום כנגדם ע"פ חוצות), אויסערדעם איז נישטא עפעס אנדערשט ... דעס איינציגע מיטל איז מ'זאל גיין צום גוי, און מ'זעהט ס'טוהט זיי וויי, נישט פאר גארנישט, כאטשיק זיי ווייסן גאנץ גוט אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט זיך נישט גיין שלאגן פארן דת, נאר ווייל די גוים .. ס'פאסט זיי נישט, זיי ווילן מ'זאל זאגן ביי די גוים ער איז א יוד .. דאס איז דער גאנצער חשבון זייערע, איז דאס דעס איינציגע מיטל, אויסער אלעמען העט עס געווען א געוואלדיגע זאך אז די אומות העולם זאלן וויסן אז זיי פארטרעטן נישט דעם כלל ישראל, יודען שומרי התורה זענען אנדערשט...

...מ'זאגט אז מ'גייט צום גוי (בעבור הצלת ישראל הוי חילול ה'), לאמיר גיין כסדר, וואס האט מען געטאן אין אונגארן ווען מ'האט געגרינדעט די ארטאדאקסיע, זענען געגאנגען די גדולי ישראל צום גויאישן מלך און מ'האט געוויינט פאר אים "זיי אונז מציל פון זיי", .. זיי ווילן אונטערברענגען דעס דת, מ'איז געגאנגען צום גוי, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט ס'איז א חילול ה' אז איך גיי זאגן פארן גוי אז דער האלט נישט קיין תורה, האט קיינער נישט געזאגט ס'איז א חילול ה' און ס'איז א סכנה, לא היו דברים מעולם.

ווען מ'האט געגרינדעט די עדה (החרדית), און דעמאלסט איז דאך טאקע די אגודה געווען באטייליגט, יעדערער, ווען מ'האט געמאכט די יוצאים און מ'האט זיך געטיילט, איז מען געגאנגען צום ענגלענדער און מ'האט גענומען אדוואקאטן און מ'האט זיך געבעטן "זיי אונז מציל פון זיי", .. קיינעם האט נישט גע'חלומ'ט אז איך גיי זאגן פארן גוי איז עס א חילול ה' צי ס'קען שאטן, קיינער האט דאס נישט גע'חלומ'ט.

לאמיר גיין ווייטער, ר' יוחנן בן זכאי (גיטין דנ"ו ע"ב), די בריונים... ער האט געשריגן אז מ'זאל שלום מאכן, און זיי האבן געוואלט לוחם זיין .., און מיטן דרך הטבע זענען זיי גאר גערעכט געווען, די בריונים זענען נישט געווען קיין פושעים... קיין אנדערע עבירות, זענען געווען שומרי התורה והמצות, זיי האבן געזען אז מ'דארף זיך שלאגן, און מיטן דרך הטבע זענען זיי גערעכט געווען.

נאר די חכמים האבן געזען, שטייט דאך אין דער גמרא אין נזיר (ל"ב ע"ב) אז זיי האבן געוואוסט אז דער ביהמ"ק וועט חרוב ווערן, ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די חכמים זענען זיי געווען בריונים, און ר' יוחנן בן זכאי האט זיך געלאזט פירן מיט דער געוואלד צו דעם גוי און ער האט געזאגט די בריונים לאזן אונז נישט קיין שלום מאכן מיט די מלוכה. ער האט זיי איינגע'מסר'ט, דאס האט געטאן ר' יוחנן בן זכאי......

העתק מלש"ק של רבינו הק' זי"ע בכינוס הכללי שנת תשכ"א

"...לא תעמוד על דם רעך! און מ'שווייגט! מ'זאל גוט קוקן הארעווען זיי אין אמעריקע אויך אנצוארבעטן "אנטיסעמיטיזעם" אזוי ווי זיי האבן געהארעוועט אין אייראפע. מ'דארף גרויס רחמים אז זיי זאלן עס נישט חלילה דערגרייכן, ווארן מיט עזות און מלשינות קען מען חלילה אלעס דורכזעצן, מ'זאל גוט קוקן וועט מען זען, איך וויל נישט שמועסן קיין סאך פאליטיק....

תוכן הדברים איז, דאס געפאר פונעם כלל ישראל איז ווייל מ'זאגט אז די וואס זענען נישט קיין שומרי תורה און די וואס זענען כופרים די זענען די מנהיגי ישראל. די אומות ווערן פארפירט דורך זיי און באקומען דעם שנאת ישראל, איינס פון די גרעסטע מצוות העט געווען, מיטן גרעסטן מסירת נפש "מ'זאל קאנען מודיע זיין פאר די אומות אז זיי זענען נישט די פארטרעטערס פון כלל ישראל, יודען שומרי תורה האבן מיט זיי קיין שייכות" מסירת נפש פאר דעם צו האבן העט מען געדארפט...!

לא תעמוד על דם רעיך

אט דער דריטער פאקטאר האט געשפילט ביים רבי'ן גאר א שטארקע ראלע אין די הייליגע מערכה, האלטנדיג אז דאס גרעניצט זיך אויך פשוט מיט סכנת נפשות, און אלץ דאס התחייבות פון לא תעמוד על דם רעך ברויך מען אויסשרייען אז זיי זענען נישט אונזערע פארטרעטער.

ביים גרויסן "כינוס הכללי" אסרו חג שבועות תשכ"א לפ"ק, וועלכע איז פארגעקומען אינעם סט. דשזארדזש האטעל, האט ער דערקלערט מיט פייערדיגע דיבורים דעם הייליגן פליכט מודיע זיין פאר די אומות העולם אז די ציונים האבן נישט קיין שייכות מיטן כלל ישראל, און זיי פארטרעטן נישט דעם וועלט אידנטום. דער רבי האט דאן באטאנט א גרויסן יסוד, אז די ציונים זייען אן א שרעקלעכע אנטיסעמיטיזים איבער די וועלט, און עס איז דעריבער א פליכט זיך צו קענען באשיצן פון זיי.

זעה בייגעלייגט א העתק פון א חלק פון די הייליגע פייערדיגע דיבורים.

גרינדן א ארגאניזאציע

אין יענע יארן איז געווען דער היימישער ציבור גאר קליין, זייער ווייניג אידן שומתו"מ זענען גרייט געווען זיך ארויסצושטעלן און מיטהאלטן מיט אט די הייליגע מערכות, עס איז געווען אויסטערליש שווער, [9] רביה"ק זי"ע האט ברוב חכמתו נישט געוואלט אז דאס זאל געפירט ווערן דייקא ווי א סאטמארער אונטערנעמונג, נאר דאס אוועקשטעלן אלס אומאפּהעניקער[10] אומפארטיישער[11] תורה'דיגער כח וואס זאל שטעלן דעם ווידערשטאנד קעגן דעם מלכות המינות, דער רבי האט געזען א קריטישער צורך פארן קיום פון די מלחמה לד' בעמלק אז עס זאל זיך גרינדן אן ארגאניזאציע וואס זאל האבן איר איינציגן ציל אפצושלאגן און אפענטפערן דעם מלכות המינות און אויפקלערן דעם מאסן אידענטום איבער איר שרעקליכע סכנה, און גלייכצייטיג שטיין על המשמר און טוען די ריכטיגע שריט כלפי די אומות העולם בכל עת מצוא.

שנת תשט"ו במערכות ישראל

מיט בלוטיגע טינט איז פארשריבן בספר מלחמות ד' דאס יאר שנת תשט"ו, עס איז דאן געווען איינע פון די שווערסטע יארן זינט כלל ישראל האט געליטן דעם גרויסן בראך מיטן התייסדות פון די מדינה של גיהנום, ווען עס זענען אנגעגאנגען בלוטיגע מערכות עד שפוך דם ממש ועד בכלל. (אין יענעם יאר איז פארגעקומען די באקאנטע "רצח סעגאלאוו", ווען די ציוני'סטישע רוצחים האבן אומגעברענגט על קידוש ד' החסיד הקדוש ר' פנחס סעגאלאוו ז"ל ה' ינקום דמו.) עס האט געקאכט א ברענענדיג פייער וואס האט איבערגעקערט די גאנצע וועלט, עס האט ליידער דאן דערגרייכט א מצב ווען דער עיר אלקים איז געווארן מושפלת עד שאול תחתי' ווען די פינסטערע רשעי ארץ שהתייצבו על ד' ועל משיחו האבן פארלייגט אלע כוחות אויסצורייסן דאס לעצטן ביסל פון אידישקייט, זיי האבן געוואלט עוקר זיין מן השורש דעם שארית הפליטה הי' לא תהי', אריינברענגען דעם ככל הגוים בית ישראל רח"ל, יעדן טאג מיט אנדערע די מערכה איז אנגעגאנגען צוליב דעם וואס עס האט געדארפט דאן אויפגעבויעט ווערן אן א.ג. "מועדון", א פלאץ פון זמה ותועבה רח"ל, אין הארץ פון ירושלים עיר הקודש.

רביה"ק זי"ע איז געווען אויפגעקאכט באקומענדיג טאג טעגלעך די ידיעות איבערן שווער מצב אין ארץ הקודש, מען האט ארלאמירט כסדר איבער די מערכות כבידות און ברוטאלע אכזריות מיט וועלכע די ציוניסטישע משטרה האט זיך באנוצט לדכא תחת רגלם די בני ציון היקרים.

זונטאג פ' יתרו - איז פארגעקומען א היסטארישע מעכטיגע מאסן דעמאנסטראציע אין "מאנהעטן צענטער", וואו א ריזן ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן אין שפיץ פון אלע ערלעכע רבנים וגדולי הדור ומלכם בראשם מרן רביה"ק זי"ע זענען זיך צונויף געקומען אויסצושרייען דעם וויי געשריי אקעגן די ביטערע גזירות והעברה על הדת פונעם ממשלת הכופרים, און דערביי דערקלערן דעם תורה'דיגן שטעלונג אז אידישע קינדער האבן נישט קיין שייכות מיטן מלכות המינות.

יענע מערכה איז נישט בלויז געווען בלויז א פּראטעסט[12] בשעתו. דאַן איז באמת געלייגט געווארן דער ערשטער קערנדל פון די ארגאניזאציע "נטרונא," וועלכע ארבעט היינט צוטאג אומערמידלעך אנצוהאלטן דעם הייליגן פייער.


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. דעמאנסטראציע = הפגנות, הוכחות ברורות.
  2. פארטרעטן = למלאות מקום, ליצג, לשקף. פארטרעטער = ממלא מקום, נציג, בא כח.
  3. אויסצוג (ן) = תמצית, העתק.
  4. אומווירדיקייט (ן) = תועבה, רשעות נבזות.
  5. נידערטרעכטיק = בזוי, מנול.
  6. פארשוועכן = לחלל, לחלל כבוד.
  7. פּראָוואָצירן = להסית, לעורר, להרגיז.
  8. פארמינערן = להפחית, להמעיט.
  9. אויסטערליש שווער = קשה בצורה משונה.
  10. אומאפּהעניק = בלתי תלוי.
  11. אומפארטיישער = בלתי מפלגתי
  12. פּראטעסט = מחאה, התנגדות, ערעור.

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם