נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען א
נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא - - יב - - יג - - יד - - טו - - טז
בס"ד מקץ תשס"ח
פילצאליגע שלומי אמוני ישראל זיך אנגעשלאסן אלס מעמבער (= מיטגלידער) אין "נטרונא"
וויליאמסבורג. – דער געלונגענער כינוס הכללי פון "נטרונא", וואס איז אפּגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם מאנטאג פּר' מקץ העעל"ט, אין די זאלן פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג, האט געשאפן א שטארקער אפּקלאנג, סיי צווישן חרדי'שע אידן, און סיי צווישן פרעמדע קרייזן.
דער ציבור האט געהערט און אנערקענט דעם מאכטפולן כח וואס "נטרונא" פארמאגט, אין הינזיכט פון משמיע זיין דעם ריינעם דעת תורה איבער דער גארער וועלט, און האט אויסגעדרוקט שטיצע איר צו העלפן.
א שיינער ציבור פון פילצאליגע שלומי אמוני ישראל האבן זיך אנגעשלאסן אלס מעמבערס (= מיטגלידער) אין "נטרונא", דורך איינצאלן א באשטימטע סומע פון לכל הפּחות 120$ א יאר, כדי צו ווערן א שותף אין דער הייליגער ארבעט.
ווי באקאנט איז פארגאנגענעם מאנטאג פּר' מקץ העעל"ט אפּגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגער כינוס כללי, פאררופן דורך די בארימטע ארגאניזאציע "נטרונא", מיטן ציל צו מחזק זיין אחים לדיעה, טויזנטער שלומי אמוני ישראל, כאיש אחד בלב אחד, מיט די ריינע אמונה אין ביאת המשיח, דורך איבער'חזר'ן די ריינע דעת תורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו נבג"מ, אז מען טאר נישט נעמען קיין גאולה פאר די צייט, נאר מען דארף ווארטן בעינים צופיות ביז השי"ת וועט אונז אויסלייזן פון גלות בב"א.
גרייטנדיג זיך צום מעמד האט די הנהלה פון "נטרונא" פארעפנטלעכט א בראָשור, (= ביכל, זאמלבוך) וואס אנטהאלט א טיילווייזער איבערבליק אויף "נטרונא", באגלייט מיט פילע אינטרעסאנטע דעטאלן ארום די ארגאניזאציע. אין בראָשור (= ביכל, זאמלבוך) ווערט געשילדערט ווי אזוי "נטרונא" איז געגרינדעט געווארן, וואס איז געווען דער ציל פון איר גרינדונג, וואס זענען אירע אקטיוויטעטן, און פארשידענע עררייכונגען וואס זי האט שוין באוויזן, מיום היוסדה ועד היום הזה.
צו די באשטימטע שטונדע, פארגאנגענעם מאנטאג פּר' מקץ העעל"ט, האט א שטראם פון טויזנטער אידן זיך געצויגן צום באשטימטן ציל-פּונקט, דער קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג. אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן, האבן זיך אלע פאראייניגט מיט איין מטרה, זיך צו מחזק זיין אין די האקעלע ענינים פון אמונה אין ביאת המשיח, ביים גרויסארטיגן כינוס כללי פון "נטרונא".
אריינקומענדיג אין זאל האט אפּגעווארט דעם ציבור לייכטע פארבייסן און געטראנקען. אויף די טישן זענען אויך געלעגן עקזעמפּלאַרן פונעם אינהאלטסרייכן "נטרונא" בראָשור, וואס איז דערשיינט געווארן צום כינוס, און וועלכע איז געליינט געווארן מיט גרויס אינטרעסע דורך אלע משתתפים.
אריינקומענדיג אין זאל זענען געזעסן די עסקנים ביי טישלעך, און פארקויפט די ספרים "אפס בלתך גואלינו" אויף לשון הקודש, און "אין פוט סטעפּס אף די פלאק" אויף ענגליש. העכער די טישלעך זענען געהאנגען פּאסיגע אויפשריפטן, אויסצוגן פון מימרות פון רבי'ן זי"ע, אין וועלכן דער רבי פאדערט אויף צו טון וואס נאר מעגלעך, מודיע צו זיין פאר די וועלט די תורה'דיגע שטעלונג לגבי ציונות.
אויך זענען פארטיילט געווארן די קארטלעך וואס איז אויך א פּראדוקט פון "נטרונא", כדי צו ווייזן א צייגעניס צו יעדער צייט, אז מיר זענען נישט איינשטימיג מיט די ווילדע מעשים פון די ציונים. די אייגנארטיגע קארטלעך קומען באגלייט מיט די אינפארמאציע פון "נטרונא", אז טאמער וויל עמעצער זיך דערוויסן איבער דעם שטעלונג פון ערלעכע אידן לגבי ציונות, דורך טעלעפאן, פאקס, אדער א וועב זייטל, זאל מען אים קענען ווייזן די אדרעסן.
ווי דערמאנט אין די פריערדיגע נומערן, איז דער כינוס כללי אויך געווען געווידמעט צו אנגאזשירן נייע חברים אין "נטרונא", וועלכע זאלן זיך ביישטייערן מיט א מינימאלע סכום געלט, כדי צו האב א חלק אין די פּעולות, און דערמיט מקיים זיין דעם "חבר אני לכל אשר יראוך".
די עסקנים ביי די טישלעך זענען טאקע געווען טעטיג איינצושרייבן נייע מעמבערס, שלומי אמוני ישראל וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט מיט די יערליכע אפּצאל פון מיטגלידערשאפט אין "נטרונא". – ווי די עסקנים געבן איבער, האבן די מעמבערס זיך צונויפגעקליבן, במשך פונעם כינוס און אין די נאכפאלגנדע טעג, צו א שיינער ציבור חברים פון "נטרונא", א פאקט וואס האט שטארק מחזק געווען די הנהלה, סיי צוליב די מאראלישע שטיצע, און סיי צוליב די פינאנציעלע הילף.
אלזא דער זאל איז וואס א מינוט געווארן מער און מער אנגעפולט, פון אידן יראים ושלימים, יונגעלייט און עלטערע בעלי בתים, שלומי אמוני ישראל, וועלכע האלטן זיך צום דרך המסורה לנו מאבותינו ורבותינו נבג"מ – אזוי ווי עס האט אונז געלערנט מרן רביה"ק והטהור בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, וואס זענען געקומען מחזק זיין דעם מעמד. און גלייכצייטיג, צוזאמען מיטן מחזק זיין דעם מעמד, האבן די פארזאמלטע אויך אליין גענאסן גרויס חיזוק, דורכ'ן איבער'חזר'ן דעם ריינעם דעת תורה.
צווישן דעם פארזאמלטן ציבור האבן זיך אויך אנגעזן עלטערע און מיטליעריגע אידן, וועלכע האבן נאך געהאט די זכי' זיך צו ווארימען ביים ליכט פון רבי'ן זי"ע, און זענען געקומען בייוואוינען אזא מעמד וואס פארקערפּערט אין זיך רצון קדשו.
אריינגעפירט דעם מעמד האט דער חשוב'ער יו"ר מו"ה ר' ליפּא קליין הי"ו, מרבני כולל משכנות לאביר יעקב, וועלכער איז געבענטשט מיט א לשון לימודים. דער יו"ר האט אין פארגאנגענהייט שוין עטלעכע מאל אויפגעטרעטן לטובת "נטרונא", און האט איצט אויך געשטעלט דעם פּאסיגן טאן פארן געהויבענעם מעמד.
דער יו"ר האט באגריסט דעם פארזאמלטן עולם, אנווייזנדיג אז די אידן זענען אלע געקומען מיט ריינע כוונות, אן קיין שום אנדערע אינטרעסן, נאר כדי מרבה זיין כבוד שמים.
ער האט דערמאנט די ווערטער פונעם מסילת ישרים אין די הקדמה, וואו ער שרייבט אז ער קומט נישט מחדש זיין קיין נייע זאכן אין ספר, נאר בלויז איבער'חזר'ן דאס אלטע. דאס זעלבע איז אויך דער ציל פונעם היינטיגן כינוס כללי, נישט קיין נייע זאכן, נאר איבער'חזר'ן משנתם הטהורה פון אלע פריערדיגע גדולי ישראל, אזוי ווי מרן רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע האט אונז געלערנט.
דער יו"ר האט דערביי דערמאנט דעם מעמבערשיפּ קאמפּיין (= מיטגלידער קאַמפּאַניע) , וואס "נטרונא" שטעלט פאר ביים היינטיגן מעמד, אז יעדער איד זאל זיך אנשליסן אלס מעמבער (= מיטגלידער) אין דער ארגאניזאציע, פאר א מינימאלע אפּצאל פון 120$, וואס באטרעפט 10$ פּער חודש, און פאר פארמעגלעכע אידן, אן אפּצאל פון 360$ יערלעך, וואס באטרעפט 30$ א חודש.
ר' ליפּא האט דערמאנט די ווערטער פון רבי'ן זי"ע, וואס ער האט בשעתו אויפגעפאדערט, צו מוחה זיין קעגן די ציונים בכל עת ובכל מקום – א זאך וואס נישט יעדער האט די מעגליכקייט דערצו. דאקעגן דורך זיך אנשליסן אלס חבר פון "נטרונא", האט מען א חלק אין די פּעולות פון מחאה, וואס "נטרונא" פּראקטיצירט בכל עת ובכל מקום, דורך די היינטיגע טעכנאלאגיע, וועלכע רופן אויס אז די ציונים זענען נישט די פארטרעטער פון כלל ישראל, און אז א תורה טרייער איד קען נישט זיין איינשטימיג מיט ציונות.
דאן האט ר' ליפּא דערמאנט אז "נטרונא" עקזיסטירט שוין היינט זיבן יאר, און דורכאויס די יארן האט זי גאר אסאך עררייכט, סיי אין די גויאישע וועלט, און סיי להבדיל אין די אידישע וועלט.
ר' ליפּא האט אנגעוויזן אז הונדערטער, און אפילו טויזנטער אידן, האבן אנגעהויבן אנערקענען די ריכטיגקייט פון אונזער שטעלונג, אז דאס איז דער ריינער דעת תורה. ער האט באטאנט, די אידן זענען נישט קיין ציונים פון אייגענעם ווילן, נאר צוליב די אומשטענדן ארום וואס האט זיי צוגעברענגט דערצו, אבער אז מען איז זיי אביסל מסביר דעם דרך האמת, פארשטייען זיי עס באלד, און זענען גרייט צו גיין דערמיט.
ביני לביני איז דער זאל געווארן מער און מער אנגעפולט מיט מענטשן, ביז עס האט דערגרייכט א קלימאקס, דער גאנצער זאל איז געווארן געפּאקט עד אפס מקום. אויך אויפן אויבנאן האט זיך אנגעזעהן א שיינע באטייליגונג פון חשוב'ע רבנים שליט"א, וועלכע זענען געקומען באשיינען דעם מעמד.
נאכן אריינפירן דעם מעמד, האט דער יו"ר פארבעטן דעם חשוב'ן גאסט, הרה"ג רבי יצחק אהרן פאגעל שליט"א, ר"מ ישיבת בית דוד מאנסי, ער זאל אויפטרעטן פארן ציבור מיט דברי פּתיחה.
דער חשוב'ער רעדנער שליט"א האט אין א גייסטרייכע דרשה שטארק ארומגערעדט איבער דעם חוב פון חזר'ן די ספרים פון רבי'ן זי"ע. ער האט אנגעוויזן אז דוקא ווען עס איז די בחינה פון החושך יכסה ארץ (ישעי' ס), די חשכות איז ליידער זייער גרויס, דוקא דעמאלט קען מען זוכה זיין צו אן אור גדול, ווי דער פּסוק זאגט דארט ועליך יזרח ד'.
דאס זעלבע ווען עס איז די בחינה פון מאשרים זדים, נבנו עושי רשעה (מלאכי ג), דאן, אז נדברו, דעמאלט דוקא, נדברו יראי ד' איש אל רעהו, רעדט מען זיך דורך און מען איז זוכה צו יר"ש, ווייל אז מען איז זיך מחזק, קען מען זוכה זיין צו אן אור גדול.
דאס זעלבע, דוקא אין אזא צייט ווען עס עקזיסטירט א ציוניסטישע מדינה, און עס איז פאראן אזא גרויס חשכות אויף דער וועלט, דוקא איצט איז נתגלה געווארן אזא אור גדול ווי דער רבי זי"ע, וואס האט באלויכטן פאר כלל ישראל. און אפילו כהיום הזה, ווען דער רבי געפינט זיך שוין בעלמא דקשוט, איז נאך אלס פאראן דער אור גדול, די דברי תורה פון רבי'ן, וואס ער האט אפּגעשריבן אין זיינע הייליגע ספרים.
הרב פאגעל שליט"א האט דערמאנט דעם ווארט פון צדיקים, האמנתי כי אדבר, אז מען וויל זוכה זיין צו אמונה דארף מען דערפון רעדן. דאס זעלבע, אז מיר ווילן זיך האלטן אין די אמונה פון ביאת המשיח, דארפן מיר כסדר רעדן דערפון.
בתוך הדברים האט ער דערמאנט א קשיא, וואס מאנכע ברענגען אויף, אפילו אין אייגענעם לאגער פון אחים לדיעה, ווי פאלגנד:
יא, מיר ווייסן אז א מדינה איז אסור, עס איז אן העברה אויף די שלש שבועות, אבער פארוואס דארף מען דערפון כסדר רעדן, און נאכאנאנד קריטיקירן די ציונים? צוליב וואס פעלט דאס אויס?
האט הרב פאגעל ערקלערט גאר א טייער געדאנק, אז מיר געפינען אז השי"ת האט באשוואוירן כלל ישראל מיט די שלש שבועות, מען זאל נישט דוחק זיין דעם קץ אא"וו, איז לאמיר פארשטיין, אויף וועלכן זמן זענען די שבועות געזאגט געווארן, אודאי אויף דעם שווערן זמן הגלות, ווען אידן וועלן זיין בשפל המצב, און עס וועט זיך גלוסטן זיך צו באפרייען דערפון – אז דוקא דעמאלט זאל מען זיך צוריק האלטן פון טון סיי וועלכע פּעולה, נאר ווארטן בעינים צופיות אויף די ישועה.
קומט אויס פון דעם, אז דוקא מיט די דאזיגע שבועות, וואס טוען לכאורה פארהאלטן אידן אין גלות, אז זיי זאלן זיך נישט קענען באפרייען פאר די צייט, דוקא די דאזיגע שבועות טוען דערנענטערן אידישע הערצער צו ביאת המשיח. ווייל אז די שבועות זאגן אז מען טאר גארנישט טון, נאר מען דארף האפן און אויסקוקן אויף ביאת המשיח, איז די דאזיגע אויסקוק און האפענונג זעלבסט, טוט אנבינדן אידישע קינדער צו די ריינע אמונה, אז דאס הארץ און זעהל זאל טראכטן פון ביאת המשיח.
דאן האט הרב פאגעל פארציילט, אז אין די טרויעריגע תקופה פון די קאנטאניסטן, פלעגן די אומגליקליכע פארכאפּטע קינדער באפרייט ווערן ערשט נאכן אפּדינען 25 יאר אין מיליטער, ווען זיי זענען שוין געשטאנען אין די מיטעלע יארן. ווי פארשטענדליך, זענען זיי דערפאר פארבליבן גרויסע עמי הארצים, וואס האבן קוים געקענט אפּלערנען א פּסוק חומש.
איז אמאל געזעסן א געוועזענער קאנטאניסט ביי א שיעור, וואו עס זענען אינאיינעם געזעסן אידן און געלערנט גמרא, און דער אלטער סאלדאט, וועלכער האט נעבעך ווייניג פארשטאנען וואס מען לערנט, האט זיך איינגע'חזר'ט די נעמען פון די תנאים און אמוראים.
האט מען אים געפרעגט, וואס איז זיין טעם דערביי, אז ער חזר'ט די נעמען פון די תנאים און אמוראים?
האט דער קאנטאניסט געענטפערט: אין מיליטער פונעם צאר האט מען אונז אויסגעלערנט, אז צו וויסן די נעמען פון די הויכע גענערעלער איז א צייכן פון פּאטריאטיזם, אז מען איז געטריי פארן לאנד. דאס זעלבע דא אויך – האט ער אויסגעפירט מיט תמימות – אפילו איך פארשטיי נישט קיין לערנען, אבער כאטש א פּאטריאט פאר די תורה וויל איך זיין, דעריבער חזר איך זיך די נעמען פון די תנאים און אמוראים.
מיט די ווערטער האט הרב פאגעל שליט"א באטאנט, אז מיר דארפן אויך ארויסווייזן פּאטריאטישקייט, אז מיר זענען געטריי פאר די מלוכה פון משיח צדקנו, דורך רעדן און זיך חזר'ן די ריינע אמונה אין ביאת המשיח.
עס איז דא ווער עס רופט אן דאס רעדן קעגן ציונות, אז עס איז א שמועס פון פּאליטיק – האט הרב פאגעל געזאגט – יא יא, עס איז טאקע פּאליטיק, וואס מיינט פּאליטיק? אז מען רעדט פון א רעגירונג, פון די עניני מלוכה, איז דאס רעדן קעגן ציונות טאקע אונזער פּאליטיק, א הייליגע פּאליטיק, ווייל מען רעדט די ענינים פון מלכות בית דוד.
דאן האט דער יו"ר אויפגערופן הרב ר' ירמי' קאהן שליט"א פון פלעטבוש, וועלכער איז דער שליח פון "נטרונא" צו טאן די הייליגע ארבייט, פון רעדן און שרייבן מאמרים, כדי צו פארשפּרייטן דעם ריינעם דעת תורה.
דער יו"ר האט ארויסגעהויבן אז אזא איד ווי הרב קאהן שליט"א, איז מחייב אלע סאטמארער אידן – מיט זיין ברייטע ידיעה אין משנתו הבהירה פון רבי'ן זי"ע, טראץ דעם וואס ער איז אויפגעוואקסן צווישן אנדערע קרייזן, האט ער זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אין די ענינים, יורד צו זיין לעומקן של דברים, גרונטלעך צו פארשטיין דעם אמת'ן דעת תורה, און האט טאקע זוכה געווען צום 'יגעתי ומצאתי תאמין', זיך צו ערקונדיגן די סוגיא דורך און דורך.
דאן האט הרב קאהן שליט"א איבערגענומען דעם מיקראפאן, אנהויבנדיג זיינע ווערטער, מיטן פארשטעלן די צוויי ספרים וואס זענען ערשינען דורך "נטרונא", וואס ער זעלבסט האט זיי געשריבן און מסדר געווען. איינס איז אויף ענגליש "די פוט סטעפּס אף די פלאק", און דער צווייטער איז "אפס בלתך גואלינו", וואס ווערן איצט טאקע פארקויפט, דא אין זאל.
הרב קאהן האט אנגעוויזן אז דער ענגלישער ספר, איז אייגענטלעך א ליקוט פון די וועכנטלעכע גליונות, באקאנט מיטן נאמען "די פּרשה פּערלס", וואס איז ערשינען אויף ענגליש דורך "נטרונא", מיט תורות אויף די פּרשה, במשך פון יאר תשס"ו, און איז פארשפּרייט געווארן צו פילע אידישע קהילות אין אמעריקע.
די אלע דברי תורה זענען שיינע טייטשן אויף די סדרה, וועלכע ברענגען ארויס דעם ריינעם דעת תורה בעניני גלות וגאולה, וואס דערוועקן דעם לייענער איבער דעם איסור פון ציונות. אט די אלע גליונות זענען צוזאמענגעשטעלט געווארן אין איין גרויסע און רייכע תורה ווערק, וואס פיל אידן האנדלען זיך איין, כדי צו קענען זאגן דערפון א תורה שבת ביים טיש.
אט דער דאזיגער ספר דינט ווי אן ענטפער, קעגן אן אנדערער ספר אויף די וואכעדיגע סדרה, וואס איז אויך לעצטנס ערשינען, און איז געשטעלט געווארן דירעקט צו פיטערן די מאסן מיט ציונות, דורך אריינטייטשן ציוניסטישע געדאנקען אין די הייליגע תורה רח"ל. – דערפאר איז קריטיש וויכטיג געווען דער ספר פון "נטרונא", כדי צו פארהיטן די מאסן פון אריינפאלן אין ציונות, אזוי אומדירעקט.
הרב קאהן האט דערביי ציטירט פארשידענע פראגעס, וואס מענטשן פון די גאס – סיי אידן און סיי להבדיל גוים – האבן אים געשטעלט, אויף די שפּאלטן פון "נטרונא"'ס וועב זייטל, אדער דורך בריוון.
אין זיינע ווערטער האט הרב קאהן אנגעוויזן גאר א וויכטיגע נקודה, לגבי די מלחמה קעגן ציונות, זאגנדיג: ווען מיר שטייען אויפן פראנט קעגן ציונות, דארפן מיר וויסן וואס עס מיינט ציונות. ווייל יעדער איד וועט אייך זאגן אז ער איז קעגן ציונות, טראץ דעם וואס ער איז דורכגענומען מיטן ציוניסטישן גייסט, דערפאר ווייל ער טייטשט אפּ ציונות מיט אן אנדערן טייטש, ווי דער אמת איז.
דערפאר דארפן מיר זיך חזר'ן וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט, די ספרים וואו ער האט אפּגעשריבן פּונקטלעך וואס ציונות באדייט, און וואס עס זענען די הארבע איסורים, כדי מען זאל זיך נישט טועה זיין דערין.
דאן האט דער יו"ר אויפגערופן הרה"ג רבי יעקב אהרן שפּירא שליט"א, אב"ד ביהמ"ד אור אביגדור אין בעיסוואטער. דער יו"ר האט ארויסגעהויבן די פּערזענליכקייט פונעם רב שליט"א, וועלכער האט זוכה געווען צו וויילן במחיצתו פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, אין זיינע יוגנט יארן, זייענדיג א פּלעמעניק פון די סאטמארער רביצין ע"ה, און זינט דאן האט ער זיך אנגעשלאסן אין די רייען פון שלומי אמוני ישראל אחים לדיעה, וואו ער דערשיינט היינט אלס א פּשרה'לאזער קעמפער קעגן ציונות.
דאן האט הרב שפּירא שליט"א אויפגעטרעטן מיט גאר א רייכע דרשה, וואס האט שטארק אויסגענומען ביים ציבור. דער רב שליט"א האט אנגעהויבן מיט א קשיא, אז מיר געפינען דער נביא זאגט (ישעי' מח) אין שלו' אמר ד' לרשעים, פאר די רשעים איז נישטא קיין שלו'. דערווייל זעען מיר פּונקט א פארקערטע מציאות, די רשעים, און דאס זעלבע די מתחברים לרשעים, זענען בשלו' ובשלוה, זיי האלטן זיך באחדות, אן קיין מחלוקת?
האט דער רב שליט"א געזאגט, מיר געפינען ביי פּלגש בגבעה, אז זיי זענען נענש געווארן מיט גאר א הארבע שטראף, פארוואס, ווייל על כבוד בשר ודם מחיתם ועל כבודי לא מחיתם, אין צייט וואס אויפן כבוד בשר ודם האט איר יא מוחה געווען, האט איר אויפן כבוד שמים דאקעגן, נישט מוחה געווען.
דאס ווייזט, אז אויב איז פאראן כבוד בשר ודם, און אין דער זעלבער צייט נעמט מען זיך נישט אן פארן כבוד שמים, דאן ווערט מען נענש אויפן כבוד בשר ודם אויך, ווייל אויב על כבוד בשר ודם מחיתם, איז פארוואס ביי כבוד שמים האט איר נישט מוחה געווען.
דאס זעלבע איז אויך אין ענין פון שלו' צווישן רשעים, השי"ת זאגט אז פאר רשעים איז נישטא קיין שלו', איז נישט דער פּשט אז זיי וועלן צווישן זיך האבן מחלוקת, ניין, נאר אפילו זיי וועלן צווישן זיך האבן א פולקאמע אחדות, איז עס אויך נישט קיין שלו', ווייסטו פארוואס, ווייל זייער גאנצער שלו' איז נאר צווישן זיך אליין, על כבוד בשר ודם, דאקעגן ווען עס קומט צו כבוד שמים זארגן זיי נישט דערפאר, אדרבה, זיי זענען מחלל דעם כבוד שמים, דערפאר איז אזא שלו' נישט קיין שלו', ווייל דאס אליין איז פאר זיי א קטרוג: אויב צווישן אייך זעלבסט איז פאראן שלו', איז פארוואס זארגט איר נישט פארן שלו' פון כבוד שמים.
דער רב שליט"א האט דערביי אנגעמערקט אן אינטרעסאנטע נקודה, דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט מחבר געווען די ספרים אויף לשון הרע, כאטש בעפאר אים האט מען אויך געוואוסט אז מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע, פונדעסטוועגן, איז געקומען דער חפץ חיים און האט מגלה געווען, אז שמירת הלשון איז א סוגיא פאר זיך. א סוגיא מיט ראשונים, אזוי ווי אנדערע סוגיות הש"ס.
דאס זעלבע האט דער רבי זי"ע געטון מיט די שלש שבועות, דער רבי האט מגלה געווען אז די שלש שבועות איז א סוגיא פאר זיך, מיט ראשונים און אחרונים, אזוי ווי אלע אנדערע סוגיות אין ש"ס.
דער רב שליט"א האט אויך ארומגערעדט איבער די שקרים וכזבים וואס מאנכע פארשפּרייטן אין ספרים, ביכלעך, און צייטונגען, כדי צו ארייננארן די מאסן אין ציונות. דערביי האט דער רב ערמוטיגט די הייליגע ארבייט פון "נטרונא", וואס טוט די נויטיגע פּעולות צו אויפקלערן די ברייטע מאסן, און פארשפּרייטן דעם אמת'ן דעת תורה.
דאן האט דער יו"ר דערמאנט זכרו הטוב פון הגאון רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל, אב"ד אבני שלמה, וועלכער איז בחיים חיותו שטארק צוגעשטאנען צו די אקטיוויטעטן פון "נטרונא", און איר ארויסגעהאלפן מיט וואס נאר מעגליך. ביי איין געלעגנהייט האט ער אונטערגעשריבן א בריוו אין ענגליש, וואס איז געווען געווידמעט פאר די פּרעסע, צו לאזן הערן דעם קלארן תורה'דיגן שטעלונג.
הגה"צ רבי נתן יוסף זצ"ל האט זוכה געווען צו זיין יד ימינו פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע במשך פון אסאך יארן, ער איז צוגעשטאנען צום רבי'ן ביי פילע מערכות קעגן ציונות, און האט פיל מקבל געווען בימים ההם מפּיו הטהור.
דעריבער האט דער יו"ר אויפגערופן זיין חשוב'ן זון און ממלא מקום, יבלחט"א הגה"צ רבי משה יודא מייזעלס שליט"א, אב"ד אבני שלמה, ער זאל קומען איבערגעבן וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן טאטן, ממשנתו הבהירה פון מרן רביה"ק זי"ע.
דער רב שליט"א האט דאן אויפגעטרעטן מיט שיינע דברי תורה, ביי וועלכן ער האט בתוך הדברים ערקלערט פארוואס יוסף הצדיק איז נענש געווארן אז עס זענען אים צוגעקומען צוויי יאר אין תפיסה נאכדעם וואס ער האט געבעטן הילף פונעם שר המשקים און זיך נישט פארלאזט אויף השי"ת, אמער, מען מעג דאך טון א השתדלות כדי די ברכה זאל האבן וואו חל צו זיין, איז פארוואס איז דאס געווען א חסרון אין בטחון?
האט דער רב מסביר געווען באריכות, אז דער ענין פון יוסף'ס ארויסקומען פון תפיסה און ווערן מלך אויף מצרים, איז געווען א הכנה צו די גאולה העתידה, ווי ער האט אראפּגעברענגט פון פארשידענע מקורות, ממילא האט מען גארנישט געטארט טון קיין השתדלות. ווייל ענינים וואס האבן א שייכות מיט די גאולה, טאר מען נישט טון קיין שום פּעולה בידי אדם.
דאן האט דער רב שליט"א ארומגערעדט פון איסור התחברות לרשעים, אז מען דארף זיך דערווייטערן פון די וואס זענען זיך מתחבר לרשעים, דערפאר זאגט די משנה (אבות פ"א) הרחק משכן רע ואל תתחבר לרשע, שכן רע, מיינט איינער וואס איז זיך מתחבר מיט רשעים, איז הרחק משכן רע, דארף מען פון אים זיך דערווייטערן ווי ווייט מעגליך, דאקעגן פון א רשע שטייט נישט הרחק, נאר אל תתחבר, מען טאר זיך נישט באהעפטן.
דאס ווייזט אז די מתחברים לרשעים זענען מער שעדליך ווי די רשעים זעלבסט, דערפאר פון א שכן רע דארף מען זיך דערווייטערן, נאך ווייטער ווי פון א רשע, וואס איז בלויז ואל תתחבר.
נאכן ארומרעדן פיל שיינע ענינים, האט דער רב שליט"א אויסגעפירט מיט א ברכה פאר אלע נאספים.
דער יו"ר האט זיך שטארק באדאנקט פאר די ווארימע דיבורים פונעם רב שליט"א, און דערנאך האט ער מפרסם געווען די עושי מצוה, וועלכע זענען געשטאנען צו הילף פאר "נטרונא" מיטן פּראווען דעם מעמד: הרה"ח ר' משה בצלאל בודעק הי"ו, הרה"ח ר' שלמה ברוך וויטריאל הי"ו, הרה"ח ר' ברוך שפּירא הי"ו, הרה"ח ר' ישראל יעקב הירש הי"ו, און הרה"ח ר' בן ציון שווארץ הי"ו, וועלכער האט מנדב געווען דעם חלק הארי פונעם היינטיגן מעמד, געווידמעט לעי"נ הגה"צ אב"ד מאנטיווידעא זצ"ל.
עס איז אויך אויסגעדרוקט געווארן א דאנק פאר די מתנדבים בעם, וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט פארן מעמד, אט ווי פאלגנד: הרה"ח ר' חיים אלימלך קאהן הי"ו – "המעין פּראדוקטס", וועלכער האט מנדב געווען די פרוכט; הרה"ח ר' אברהם שמואל ווייס הי"ו – "די מערקיז", און הרה"ח ר' מענדל קאהן הי"ו – "מענקא", וועלכע האבן מנדב געווען די ווארימע מאכלים; און הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו –"שמילאוויטש" בעקעריי, וועלכער האט מנדב געווען די מזונות.
דאן האט דער יו"ר פארבעטן דעם חשוב'ן גאסט, דער בארימטער פּה מפּיק מרגליות, הרה"ג רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א, חדב"נ כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, ומו"ץ דק"ק קרית יואל, ער זאל אויפטרעטן מיטן משא המעמד.
דער בעל דרשן שליט"א האט אנגעהויבן זיינע ווערטער מיט שיינע ענינים פון חנוכה, וואס געפאלט אויס אין ווינציגער ווי 24 שעה פון איצט. ער האט ארומגערעדט פון די קדושת הנרות, וואס זענען מחזק א אידיש נפש, ווי עס ווערט געברענגט אין ספרי קודש.
דאן האט ער געווידמעט זיינע רייד איבער דעם חיוב פון לערנען דעם הייליגן ספר ויואל משה, אין וועלכן מרן רביה"ק זי"ע האט אראפּגעשריבן דעם ריינעם דעת תורה איבער ציונות. ער האט אנגעוויזן אז עס פארלאנגט זיך א תיקון אינעם דאזיגן ענין, אז דער ציבור סאטמארער חסידים זאל זיין מער בקי אין די תורה שלימה, וואס דער רבי האט אונז געלערנט.
דאן האט ער ארויסגעהויבן די הייליגע ארבעט פון "נטרונא", וואס פארשפּרייט די ריינע דעת תורה. ער האט שטארק אויסגעלויבט דעם ספר "אפס בלתך גואלינו", וועלכע איז א רייכער אוצר, צוזאמגענומען פון ראשונים און אחרונים, איבער דעם איסור פון נעמען א גאולה פאר די צייט.
"עס איז נישט דעם רבי'נס שיטה – האט ער אויסגערופן מיט פּאטאס – עס איז די שיטה פון אלע גדולי ישראל! רוב ספר "אפס בלתך גואלינו" איז נישט קיין ויואל משה אדער דברי יואל, נאר פון אנדערע גדולי ישראל, וועלכע האבן אויך אזוי געהאלטן! דאס איז נישט די שיטה פון סאטמאר, נאר פון אלע צדיקים וקדושים!"
"נישט קיין אנדערער ווי דער הייליגער חפץ חיים זי"ע, וועלכער האט אפּגעשריבן ספרים אויף לשון הרע, און מאמרים אויף די מצוה פון אהבת ישראל, ער אליין שרייבט אז 'די ציונים זענען מזרע עמלקים'!"
דאן האט דער בעל דרשן שליט"א ארומגערעדט איבער די אמונה פון גלות און גאולה, אז בלויז 'ומפּני חטאינו גלינו מארצנו', און נישט צוליב קיין שום אנדערע סיבה. ווי מיר געפינען ירמי' הנביא קלאגט אין איכה (פ"ד) לא האמינו מלכי ארץ כל יושבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים, עס האט זיך קיינער נישט געגלייבט אז עס זאל קענען זיין אזא מעגליכקייט, אז דער פיינט זאל האבן א שליטה אויף ירושלים.
אבער ווען השי"ת האט דורכגעפירט דעם גזירת הגלות, האט דאס אוממעגליכע, און דאס אומגלויבליכע, פאקטיש פּאסירט. ווייל השי"ת איז דער וואס ברענגט דעם גלות אויף אידן, און נישט קיין אנדערער. און אז השי"ת וויל עס זאל זיין א גלות, איז נישט שייך אנדערש.
דאס זעלבע וועט זיין ווען משיח וועט קומען, השי"ת אליין וועט אונז אויסלייזן, אפס בלתך גואלינו לימות המשיח, און נישט קיין אנדערער. און נאר ווען השי"ת וועט אונז אויסלייזן, דאן וועט זיין די גאולה, און נישט פריער. און ביז דעמאלט, דארפן מיר זיצן און ווארטן מיט צוזאמגעלייגטע הענט.
דאן האט הרה"ג רבי שמעון זאב שליט"א אנגעוויזן אויף די סתירה'דיגע מהלך פון די מתחברים לרשעים, אז ווען דער רבי זי"ע איז ארויסגעגאנגען פּראטעסטירן אויף די גאסן, האבן זיי געשריגן אז עס איז א חילול השם, און היינט ווען זיי זעען אז די אמעריקאנער רעגירונג גייט נישט מיט זיי אין שפּאן – לגבי צוטיילן ירושלים, מעג מען שוין גיין פּראטעסטירן, און עס איז מער נישט בגדר חילול השם.
ווייטער האט דער בעל דרשן געווענדעט זיינע רייד בנוגע די חשיבות פון אזא ארגאניזאציע ווי "נטרונא", אז דער רבי זי"ע האט מיט יארן צוריק שוין מייסד געווען אזא שטייגער ארגאניזאציע, מיטן נאמען "איחוד עולמי", מיטן ציל צוזאמצוהאלטן די ערליכע אידן, פון פארשידענע קרייזן און קהילות, אין די מלחמה קעגן ציונות.
דאן האט ער מעורר געווען דעם ציבור זיך אנצושליסן אינעם מעמבערשיפּ קאמפּיין פון "נטרונא", אנווייזנדיג אויף איר געוואלדיגן כח אפּצושטילן דעם חרון אף פון די אומות העולם קעגן אידן, דורך די כסדר'דיגע ערקלערונגען אז די ציונים פארטרעטן נישט ערליכע אידן, און מיר האבן נישט קיין שייכות צו די פּעולות פון התגרות באומות און דחיקת הקץ.
אזוי ארום איז א גרויסע חשיבות צו האבן א שייכות צו "נטרונא", און איר געבן דעם כח ווייטער אנצוגיין, דורך זיך אנשליסן אלס מעמבער. און ער האט צוגעלייגט דערצו א שיינעם רמז, ווייל דער מדרש טייטשט אויס דעם פּסוק (שמות יב) והי' לכם למשמרת, וואס עס שטייט ביים קרבן פּסח, אז דאס גייט ארויף אויף גלות אדום, ווען מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן בזכות "נטרונא". און די משנה (זבחים פ"ה) זאגט הפּסח אינו נאכל אלא למנויו, אז מען דארף זיך ציילן אויפן קרבן פּסח. איז דאס א רמז אז מען דארף זיך ציילן אויפן ענין פון משמרת, וואס דאס איז "נטרונא", דורך זיך אנשליסן אלס מעמבער.
דאן האט הרה"ג רבי שמעון זאב שליט"א פארענדיגט זיין גייסטרייכע דרשה, מיט א ברכה פאר אלע פארזאמלטע.
ווען דער יו"ר האט איבערגענומען דעם מיקראפאן האט ער צוגעלייגט, אז אויב "נטרונא" איז אין די בחינה פון קרבן פּסח, ווייסן מיר דאך אז אין מפטירין אחר הפּסח אפיקומן, ממילא אזוי ווי עס איז שוין שפּעט, וועט מען איצט שליסן דעם מעמד. כאטש עס איז געווען אין פּלאן אז עס וועלן אויפטרעטן נאך עטליכע רעדנער, פּערזענליכקייטן פון פרעמדע קרייזן, צו איבערגעבן די אויפטוען פון "נטרונא" אין זייערע קרייזן, אבער די שפּעטע שעה ערלויבט עס נישט.
דאן האט דער יו"ר געשלאסן דעם מעמד, אויסרופנדיג אז אזא געהויבענער מעמד האט זיכער געשאפן אן עת רצון אין הימל, ממילא איז צום האפן אז עס וועט טאקע נתעורר ווערן די גאולה העתידה, און מיר וועלן בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח צדקנו בב"א.
דאן האט זיך דער עולם פארשפּרייט אין גאר א געהויבענע שטימונג, ווען עס קלינגען אין די אויערן די פלאם פייערדיגע דרשות, און אין הארץ ווערט פארפעסטיגט די ריינע אמונה אין ביאת המשיח. טייל פונעם ציבור האט זיך אויך איינגעהאנדלט די נייע ספרים "אפס בלתך גואלינו" און "די פוט סטעפּס אף די פלאק".
ווי אויבנדערמאנט, האט א שיינער ציבור געמאכט גאר א גוט געשעפט, מיטן זיך אנשליסן אלס חברים אין די הייליגע ארגאניזאציע, ביי וועלכן זיי זענען געווארן שותפים אין די ארבייט פון מפיץ זיין די ריינע דעת תורה, און האבן א חלק אין געוואלדיגן כבוד שמים וואס ווערט כסדר נתרבה דורך "נטרונא".
אין ישראל נגאלין אלא בזכות "נטרונא".