השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ח

השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש


מיד וועלען זיך אומקערען צו דעם ענין פון די קרבנות. פאר די אויגען פון דעם מענשען קוקט אויס אז עס פעלען פולע מצוות קרבנות, בכורים, לקט, שכחה, זיי פעלען על פי הפשט, אבער די תורה ווערט געלערענט עפ"י פרד"ס , פשט , רמז , דרוש, סוד. די מצוה, וואס זי פעלט אין פשט, איז זי פאראן אין סוד. א מענטש דארף טראגען בגדים, קליידער, א רייכער טאן האט פולע קליידער צו טראגען. די תורה האט בגדים פשט, רמז, דרוש, סוד, אויב איין מצוה איז ניטא אין פשט איז די מצוה פאראן על פי סוד. עס זיינען פאראן אלע מצוות, דער 100 פראצענט איד איז מקיים אלע מצוות על פי סוד, ווי איך האב געשריבען אין מיין םפר שניט אוחזין בטלית. קרבנות בכורים, לקט, שכחה, פאה, אלעס איז פאראן על פי הסוד. בעזרת השם יתברך וועלען מיר באלד אלע פארשטיין דעם אמת, אז קיין מצוה קען ניט ווערען בטל על פי הסוד, ווייל די רייד פון גאט קענען ניט ווערען בטל, זיי זיינען חיים וקיימים.

מען דארף פארשטיין די באשאפונג פון דעם מענטשען אויף דער וועלט. גאט האט באשאפען 4 וועלטען באזונדערע: פאר נשטות פאר מלאכים, פאר די גלגלים, פאר די מענטשען מיט אלע חיות בהמות עופות פיש, מיט אלע שרצים. ווען עס איז געקומען צו באשאפען דעם אדם הראשון האט גאט גערופען די מלאכים, די ארבע יסודות פייער, וואסער, ווינט און ערד, אלע חיות, בהטות, עופות, ער האט איינגעלאדען אלעמען צו אן אסיפה, א קאנפערענץ, ער זאגט צו אלעמען: איך וויל באשאפען דעם מענטשען אויף דער וועלט, ווייל איך האב א תורה מיט 613 מצוות, דער מענטש וועט מקיים זיין די תורה. איך פארלאגג פון אייך, אז יעדער פון אייך זאל געבען א חלק אין דעם אדם, ער וועט טאן א טובה דער גאגצער וועלט.

האט געזאגט די גאנצע בריאה צו גאט, אלעס, וואס.דו פארלאנגסט, וועלען מיר טאן, אבער מיר ווילען וויסען דעם בענעפיט (= אויסבעסערונג) וואס עס וועט זיין צו אלע וועלטען, צו אלע באשעפענישען, דער מענטש וועט רייטען אויף דעם פערד, ער וועט עסען די פלייש פון דער בהמה, ער וועט עסען אלע פירות פון די בוימער, אלע גוטע זאכען, פון דער ערד , ער וועט עסען די אייער פון די עופות ער וועט טרינקען די בעסטע וויינען, די זון וועט פאר איהם שיינען, די בלומען וועלן פאר איהם שמעקען, די בהמה וועט עסען די גראז, די מילך וועט דער מענטש טרינקען, די קעז, די פּוטער, די פלייש, די פעל, די וואל פון דער שעפס, אלעס איז פאר דעם מענטשען, וואס פאר א בענעפיט וועלען האבען אלע ברואים, וואס זיי באדינען דעם מענשען? האט גאט געזאגט, עס איז דא אין ברוקלין א מחבר, ער איז אין אמעריקע, זיין נאטען איז בנימין זאב ראזאף, ער האט געשריבען אין זיין ספר שנים אוחזין בטלית" אין חלק הרמז פרק 16 , אז א מענטש אדם ישראל וועט עסען, ווי די תורה האט איהם אנגעזאגט, בהלכות נטילת ידים, ברכת המוציא און ברכת המזון, - איז פאראן דער שם הוי"ה 26 אין נטילת ידים, איז פאראן דער שם אין דער המוציא, איז דא דער שם אין ברכת המזון. 3 מאל הוי"ה בגימטרי' לתם 78 . עסען אין לשון הקודש הייסט מאכל . דער ווארט מאכל בגיטטרי' מלאך. 91 אז דער מענטש עסט ווי די תורה הייסט, איז פון יעדען מאל עסען וועט באשאפען א מלאך, ווייל דער גראז איז געקומען פון דער ערד, איז געקומען די בהמה און האט געגעסען די גראז, איז געקומען דער מענטש און האט געגעסען די פלייש פון דער בהמה און דער מענטש האט געלערענט די תורה, האט געטאן מצוות מיט דעם כח פון דעם גראז, מיט דעם כח פון דער בהמה, מיט דעם כח פון דער הון, פון דעם פיש, מיט אלעמענס כוחות האט דער מענטש געארבעט אין תורה ומצוות, איז ער מתקן די גאנצע בריאה, טוט דער מענטש א טובה דעם גאגצען באשאף פון דער וועלט. דאס איז אלעס גוט, אז דער מענטש איז א צדיק, ער עסט און טרינקט פון גאטעס וועגען. דאס האבען געזאגט די חכמים אין דער גמרא (פסחים דף מ"ט) עם הארץ אסור לאכול בשר, שנאמר זאת תורת הבהמה והעוף כל העוסק בתורה מותר לאכול בשר בהמה ועוף וכל שאינו עוסק בתורה אסור לאכול בשר בהמה ועוף.

ביי אונז אין אמעריקע זיינען פאראן רייכע קאמפּאניס (= געזעלשאפטן) פון די קארס (= מאשינען), פון די סאבווייס (= אונטערשטע-באן), פון די טריינס (= באנען), פון די שיפען, פון די עלעקטריק, פון אטאטאבילס. די אלע קאמפּאניס פארקויפען שערס, חלקים אין זייערע ביזנעס, פאראן מענטשען, וואס קענען אינוועסטירן (= אריינלייגן) זייער געלט אין די שערס, דאס זיינען שער-האלדערס. יעדען יאהר קוקט מען איבער די ביכער, מען מאכט א רעכענונג, אז די קאמפּאניע האט געמאכט גוטע געשעפטען, דאן האבען אויך די אלע מענטשען, די שער-האלדערס, וואס האבען אינוועסטירט זייער קאפּיטאל ביי די קאמפּאניעס. האט די קאמפאניע געמאכט גוטע ביזנעס, האבען געמאכט גוטע פּראפיטען (= פארדין) די אלע שער-האלדערס. אבער אז די קאמפאניע האט פארלארען די געלט, דא פארלירען אלע דעפאזיטארס (= אייצאלערס) זייערע איגוועםטמעגטם, זיי פארלירען אין גאנצען.

מיינע ברידער, דאס איז א משל מיט דעם נמשל: גאט האט באשאפען די גאנצע וועלט, אלעס פאר דעם מענטשען. ער האט געגעבען די תורה מיט תרי"ג מצוות 613 , אז דער מענטש זאל זיי מקיים זיין. ביי דעם באשאפען פון דעם מענטשען האט גאט געזאגט: נעשה אדם בצלמנו. אלע וועלטען, אלע יסודות, אלע חיות, אלע בהמות, אלע עופות, אלע ברואים האבען געגעבען א חלק אין דעם מענשענס באשאף. ער איז איין מורכב, ער איז צואזאמנגעשטעלט פון דער גאנצער בריאה. איז דער מענטש א צדיק , איז ער מקיים די תורה מיט די מצוות צו גאט און צו לייט, צדיק תמים, הונדערט פראצענט איד, גוט צו גאט און גוט צו לייטען, און ער איז משיג רוח הקודש, טוט דער מענטש א טובה דער גאנצער וועלט. אלע ברואים האבען אין איהם א חלק, דאס זיינען שער-האלדערס. יעצט איז די גמרא פארשטענדלעך. אין טובה בא לעולם אלא בשביל ישראל. (יבמות, דף ס"ג).