השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ג

השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש


מיינע ליבע ברידער! זייט וויסן אז נאך דעם קאנטראקט ווי גאט האט באשאפען דעם מענטשען, דארף דער מענטש זיין נאהענט צו גאט. א פאטער מיט א קינד. גאט האט געזאגט נעשה אדם בצלמנו כדמותנו, אדם בגימטרי' 45 און דער שם הוי"ה אין פולען (יו"ד ה"א וא"ו ה,א) בגימטרי' גם כן אד"ם 45 . דעם נאמען אדם און דער נאמען הויה זיינען גלייך אין צאל 45 . דאס איז על פי הטבע, אז די מוטער איז מזריע ווערט געבארען א זכר, אשה כי תזריע וילדה זכר, און נאך דעם אלף בית איז דאס אמת: די מוטער רופט זיך אם, אלף מם, אבער נאך דעם אלף קומט דער דער בית, הייסט דאס נון, הייסט דאס ב"ן. מיר האבען די אמהות שרה, רבקה, רחל, לאה, די לעצטע אותיות פון שרה רבקה רחל לאה (ה' ה' ל' ה') בגימטרי' אד"ם 45 . דאס זאגט דער נביא אדם אתם נאך אונזערע אמהות. נעשה אדם בצלמנו אין דעם שם המפורש איז פאראן 10 אותיות (יו"ד ה"א וא"ו ה"א), און דער מענטש איז צוזאמען געשטעלט : נפש, רוח, נשמה, יש בו גם כן 10 אותיות. פון מצרים האט גאט געזאגט צו משה ער באפרייט די אידען מיט דעם נאמען אהיה אשר אהיה, מאכט א כפל, 21 מאל21 בגימטרי' אמת 441. 21 פעמים אהיה בגימטרי' אמת 441. גאט זאגט צו משה מיין נאמען איז אמת, יהוה אלהיכם אמת. אז דער מענטש איז אמת אן אמת'ר איד, אן אמת'ר מענטש, אן שקר ניט קיין פאלשער, בין איך גאט מיט דעם מענטשען א מהותן. ער איז מיינער א גוט קינד ווי אברהם אבינו. כה יהיה זרעך. וזה אמר ה' אל משה אם האדם יהיה במדת האמת אני משרה את השכינה עליו, כי אני אמת והוא אמת, כל עוף למיניהו ישכן. וזה הכונה אהיה אשר אהיה.

זייט וויסען מיינע ברידער אז ראשי תיבות פון די חומשים בראשית, ואלה שמות, ויקרא, וידבר ה' במדבר סיני, אלה הדברים כגימטרי' גם כן 21 , שם אהיה בגימטרי' 21 און די ראשי תיבות פון די אבות אברהם, יצחק, יעקב בגימטרי' אהיה 21 , דער נאמען פון גאט איז אהיה 21 . דאס זאגט דער זהר הקדוש ישראל ואוריתא וקדושא בריך הוא אחד הוא. דאס איז דער יחוס פון דעם אידען. זיין נשמה איז א חלק פון דער שכינה דערפאר איז ניט שווער צו קריגען פאר דעם אידען רוח הקודש דאס איז דער קאנטראקט מיט אברהם אבינו. כה יהיה זרעך מיט דעם תנאי אזוי ווי די אבות האבען געזעהן די שכינה און האבען געהאט נבואה און גערעדט מיט גאט, אט אזוי דארפען אלע אידען זיין בעלי רוח הקודש, דאס איז א קאנטראקט כה יהיה זרעך. דער מענטש איז א בעל בחירה.

זייט וויסען מיינע ברידער, אז על פי קבלה האט דער רבונו של עולם, עשרה שמות : כתר, חכמה, בינה, גדולה, גבורה תפארת, נצה, הוד, יסוד, מלכות. אלע ראשי תיבות פון די נעמען בגימטרי' כמנין ישראל 541 . די חכמים האבען געזאנט אין דער גמרא (ע"ז דף כ"ב), אז דער מענטש דארף האבען עשרה מדרגות ביז רוח הקודש. זהירות, זריזות, נקיות, פרישות, טהרה, קדושה, ענוה, יראת-חטא, חסידות, רוח הקודש. אלע ראשי תיבות בגימטרי' ישראל 541 . האט גאט געזאגט צו משה, דבר אל בני ישראל וזה עם ישראל, אלע אידען דארפען האבען רוח הקודש. דער קאנטראקט מיט אברהם אבינו איז געמאכט, אז אלע אידען זאלען האבען נבואה, כה יהיה זרעך, אבער מיט איין תנאי גאט האט געזאגט צו אברהם התהלך לפני והיה תמים, א גאנצער איד, תמים נוטריקון תורה, מצות, יראה, מדות. אז א מענטש האט די אלע פועלות האט ער רוח הקודש, שנאמר כה יהיה זרעך הלואי זאלען אלע אידען האבען רוח הקודש.

עס איז ידוע צו די בעלי מקובלים צו משכילים אז דער מענטש איז א מורכב צוזאמען געשטעלט פון אלע כחות פון די חיות, בהמות, און עופות ווי די תורה זאגט ויהי האדם לנפש חיה. בכל מקום שנאמר ויהי זה צער. דער מענטש דארף ארויסטרייבען פון זיך די חיה, דעם אינסטינקט פון דער חיה, דאס איז די מלחמה מיט דעם יצר הרע. אז דער מענטש באזיגט די אלע תאוות פון די חיות וואס ער איז צוזאמען געשטעלט, דאן קומט צו איהם רוח הקודש.

דאס איז דער סוד פון די קרבנות, אדם כי יקריב מכם קרבן לה, יקריב איז דער טייטש גענענען, נאהענט צו גאט דארף דער מענטש מקריב זיין דעם נפש הבהמיות, די אלע חסרונות צו פארברענען אויף דעם פייער פון דעם מזבח, זיין בהמה זיין אינסטינקט פון דער חיה דעם יצר הרע צו קומען נאענט צו גאט. דאס מיינט די תורה אדם כי יקריב מכם קרבן לה'. יעצט וועלן מיר פארשטיין דעם סוד פון די קרבנות.