השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ה

השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש


דאס איז באוואוסט אז די קרבנות איז געווען א גוטע זאך עס האט געטאן יא תקון אין דער גאנצער בריאה דער דומם, דער צומח, די בעלי חיים, די בהמה, דער קרבן האט געבראכט דעם מענטשען צו תשובה מיט זיין ווידוי אויף זיין עבירה. די שאנדע וואס ער האט געהאט ביי דעם קרבן דאס איז געווען א תיקון פאר דער גאנצער בריאה. די גראז איז געקומען פון דער ערד, איז געקומען די בהמה האט געגעסען די גראז, איז געקומען דער מענטש און האט געגעסען די בהמה, און דער מענטש לערענט די תורה און טוט די מצות אלעס גייט ארויף אין הימעל צו גאט צו דעם תכלית פון דער גאגצער בריאה. 13 מאהל איז געשריבען אין דער תורה אשר צוה ה' את משה צו ברענגען קרבנות א נחת רוח פאר גאט אז אפילו שבת האט מען געדארפט מקריב זיין 2 שעפסען עלת שבת בשבתו.

אין דעם לאנגען פינסטערען גלות אין די תפלות בעטען מיר אויף ציון ירושלים, ער זאל בויען צוריק דעם בית המקדש מיט די קרבנות, אזוי ווי ער האט געזאגט צו משה רבנו מיין גאגצען לעבען האב איך גיט געוואוסט קיין טעם פארוואס מען האט מקריב געווען די קרבנות אום שבת ווייל די תורה זאגט מחלליה מות יומות, פאר חלול שבת קומט מיתה, זאגט די תורה 2 מאל מיתה, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, אזוי גרויס איז די עבירה פון חלול שבת, פארוואס האט טען דעם קרבן מקריב געווען אום שבת? אבער פקוח נפש איז דוחה שבת דער קרבן איז געווען א פקוח נפש פאר אלע אידען, דאס איז מיין מיינונג.

מיינע ליבע ברידער! נאך דעם ווי גאט האט געזאגט צו משה די אלע דינים פון קרבנות. 30 מאל איז געשריבען אין דער תורה אשה ריח ניחח לה', עס איז א נחת רוח צו גאט. פון די קרבנות האט מען געמאכט דעם גרעסטען פּאראד, די גרעסטע מצוה אין דער תורה א פקוח נפש פאר אלע אידען. מען האט מקריב געווען דעם קרבן אום שבת ווייל פקוח נפש איז דוחה שבת, נאך אלע זאכען קומען די נביאים און שרייען צו אלע אידען אז גאט וויל ניט קיין קרבנות, ער האט קיינמאל ניט אנגעזאגט אויף קרבנות, ישעיה, ירמיה, דוד, מיכה, אלע נביאים מיט איין קול, אז גאט דאדף ניט קיין קרבנות, ער וויל נאר האבען מען זאל היטען די תורה מיט די מצות ער איז ניט הונגעריג ער דארף ניט עסען קיין פלייש, ער דארף ניט קיין בלוט צום טרינקען.

מיינע ברידער אין דער צייט פון גלות איז געקומען רער רמב"ם ז"ל אין מורה נבוכים הלק שלישי פרק 46 , און זאגט א טעם פאר וואס עס זיינען בטל געווארען די קרבנות, ווייל אין יענע צייטען איז געווען דער מנהג אין דער גאנצער וועלט צו מקריב זיין קרבנות צו דער ע"ז. עס איז זיך שווער צו שיידען פון א רגילות מיט איין מאל, האט גאט דארום געהייסען ברענגען דעם קרבן צו איהם אין אהל מועד, אפּצוציהען זיי פון דער ע"ז. אויף אזא אופן האבען די נביאים געהאט רעכט וואס זיי האבען געזאגט, אז גאט וויל ניט קיין קרבנות עס איז נאר געווען אויף א וויילע אפּצוטרייבען פון דער ע"ז.

לאמיר פארשטיין דעם סוד פון די קרבנות, אלע נביאים האבען געזאגט גאט וויל ניט קיין קרבנות. דער רמב"ם זאגט, אז דאס איז נאר געווען א מיטעל צו אפּציהען זיי פון דער ע"ז, טא פארוואס האט גאט אפּגעגעבען אזוי פיעל צייט צו רעדען מיט משה דער גאנצער ספר ויקרא איז גאר וועגען קרבנות. אז טען בויט א הויז דארף מען רעדען טיט דער בילדער פולע ווערטער, אבער אז מען בויט א סוכה אויף א וויילע איז ניטא וואס צו רעדען, עס איז אויף א וויילע. אזוי איז מיט די קרבנות גאר אויף א וויילע וואס זשע האט ער געשריבען 30 מאל א נחת רוח צו גאט.

נאך אלע רייד פון די נביאים און פון דעם רמב"ם זעהט מען ארויס דעם אמת, אז גאט האט פיינט קרבנות נאר ער האט געגעבען די קרבנות אויף א קורצע צייט אפּצוציהען די אידען פון דער ע"ז, איז אבער א וואונדער אויף די אנשי כנסת הגדולה וואס זיי האבען מסדר געווען אלע תפלות ראש חודש, שלש רגלים, ראש השנה, יום כפור, אז מען זאגט ומפני חטאנו מיר בעטען אלץ אז גאט זאל אונז ברעגגען צוריק אין ארץ ישראל אין ירושלים און דארטען וועלען מיר מקריב זיין די קרבנות ווי אין די אלע גוטע צייטען, אבער נאך די רייד פון די נביאים מיט דעם רמב"ם איז דאס א תפלת שוא, שקרי כזב, אומזיסט בעטען מיר אויף קרבנות. יעדען שבת צו מוסף זאגען מיר תכנת שבת רצית קרבנותיה מען עגדיגט מיט די ווערטער אז מסיני נצטוו עליה.