השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ז

השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש


מיינע ברידער! איך שרייב דאס מיט עברי-טייטש אז יעדער איד זאל דאס פארשטיין. איך האב דא געשריבען, אז עס פעלען די מצוות פון די קרבנות מיט די בכורים ווערט די תורה א בעל-מום, הסר אבר. ווייל עם דארף זיין רמ"ח 248 מצוות עשה. ווי אזוי זאגט דוד המלך: תורת ה' תמימה משיבת נפש, עדות ה' נאמנה מחכימת פתי, פיקודי ה' ישרים משמחי לב, מצות ה' ברה מאירת עינים, יראת טהורה עומדת לעד, משפטי ה' אמת צדקו יחדו (תהלים). שלמה המלך זאגט (אין שיר השירים) כלך יפה רעיתי ומום אין בך, דאס מיינט, אז די תורה איז א גאנצע אן איין פעלער, אבער מיר זעהען דאך אז עס פעלען דאך אין דער תורה פולע מצוות, ווייל מיר זיינען אין גלות שוין באלד 2 טויזענט יאהר, עס פעלט דער תורה פולע מצוות.

אבער הערט, מיינע ברידער, איך וועל אייך בעזרת השם יתברך באווייזן, אז אלעס איז ריכטיג. גאט איז גערעכט, די נביאים זיינען גערעכט, דער רמב"ם איז גערעכט, דוד און שלמה זיינען גערעכט, דער מחבר פון דעם ספר השארת הנפש איז אויך גערעכט. מיר וועלען פארשטיין א גמרא אין יבמות דף ס"ג. זאת הפעם עצם מעצמי ובשר מבשרי (בראשית), מלמד שבא אדם על כל בהמה והיה ולא נתקררה דעתו עד שבא על חוה. אדם הראשון איז געווען מיט בהמות, מיט היות, מיט עופות אבער ער איז געווען ניט צופרידען, ווען גאט האט אים באשאפען די ווייב חוה יעצט זאגט אדם איז גוט, עס איז פלייש פון מיין פלייש, ביינער פון מיינע ביינער. זאנט די תורה: על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו והיו לבשר אחד, דערפאר דארף דער מענש פארלאזען זיין פאטער און זיין מוטער און זיך באהעפטען צו זיין ווייב זיי זאלען זיין ווי איין לייב, ווי איין מענטש. מען דארף פארשטיין פארוואס איז אדם געווען ניט צופרידען פון די בהמות, פון די חיות, פון די עופות. למשל, א גביר, אן עושר האט געהאט א בת יחידה, האט ער גענומען א גוטען איידעם פון דער ישיבה. דער גביר זאגט צו דעם איידעם: מיין טייערער איידעם ישראל, איך גיב דיר מיין טאכטער פאר א ווייב און איך נעם דיך אויף אלעס פארטיגע, עסען, טרינקען פון דאס בעסטע, קליידער און דירה, איך גיב דיר איבער אלעס צו דיינע הענט, אבער בתנאי דו זאלסט לערנען די תורה. איך נעם דערפאר דיך אויף אלעס פארטיגע. עס איז אוועק א שטיקעל צייט, פרעגט דער שווער ביי דעם איידעם: ביסטו צופרידען פון דעם, וואס איך האב דיך גענומען אויף אלעס פארטיגען? זאגט דער איידעם צום שווער: איך בין גארגיט צופרידען פון אייערע קעסט. וואס האב איך די פעולה פון דעם, וואט איהר האט מיך גענומען אויף אלעס פארטיגען, אז איר דארף אליין גיין מאכען עסען און טרינקען, מאכען בשר די הון, מאכען צו רעכט די פיש, קאכען באקען, מאכען א פלאץ צו שלאפען, וואשען די וועש, מאכען ברעקפעסט, דינער סאפער. איך בין שטענדיק פארנומען, איך האב קיין צייט צו לערנען. זאגט דער איידעם צום שווער, איהר האט מיך גענומען אויף אלעס פארטיגען בתנאי אז איך זאל זיצען את לערנען, אבער איך האב דאך ניט קיין צייט צו לערנען, בין איך דערפאר ניט צופרידען. זאגט דער רייכער שווער: פון יעצט אן און ווייטער זאל דיין ווייב, מיין טאכטער, דיר באדינען, געבען עסען, טרינקען, שלאפען, ווייסע וועש אויף שבת, אלעם פארטיגע וועסטו האבען צייט צו לערנען. זאגט דער איידעם: יעצט בין איך צופרידען מיט אייערע קעסט.

מיינע ליבע ברידער, דאס איז געווען מיט אדם הראשון. גאט האט באשאפען דעם אדם אויף אלעס פארטיגעס - א וועלט מיט חיות, בהמות, עופות, מיט אלע פירות, מיט אלע משקאות. גאט האט גענומען אדם הראשון אויף קעסט אלעס פארטיגע. אבער אדם איז געווען ניט צופרידען, ווייל ער דארף אליין מאכען עסען, טרינקען, איין בגד, אלעס אליין צום פארזארגען. ער האט ניט קיין צייט צו לערנען. זאגט גאט: אעשה לו עזר כנגדו, איך וועל אים מאכען א ווייב צו הילף. דאס מיינט די גמרא (אין יבמות דף ס"ג), מלמד שבא אדם על כל בהמה וחיה ולא נתקררה דעתו עד שבא על חוה, זאת הפעם עצם מעצמי ובשר מבשרי. און אזוי ווי גאט האט געגעבען דעם מענטשען איין ווייב אין גשמיות ער זאל מיט איהר לעבען געטריי און האבען קינדער, צו האבען נחת פון די קינדער און פון די אייניקלאך, אט אזוי האט גאט געגעבען דעם אדם ישראל איין ווייב אין רוחניות, דאס איז די הייליגע תורה, ער זאל לעבען מיט איהר איין געטרייען לעבען ער זאל האבען קינדער מיט דער תורה. דאס זיינען מצוות, מעשים טובים, מיט די קינדער, איז דער מענטש זיכער זיי וועלען ניט צושטארבען, זיי זיינען לעבעדיגע.

כתיב, על כן יעזב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו והיו לבשר אחד. כלומר האיש מחויב לפרנס את אשתו ואת בני ביתו, על כן יעזב איש את אביו ואת אמו, וכן דרך העולם. אבל כתיב, כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך על האדמה אשר ה' אלהיך נתן לך (יתרו), וזו תרתי דסתרי, לפי הפשט נראה שהפסוקים סותרים זה את זה. כאן נאמר יעזב וכאן נאמר כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך, צריך להבין את כונת התורה. דעו, אחי ישראל, כי התורה נתנה ללמוד על דרך הפרד"ס כלומר פשט, רמז, דרוש, סוד. על פשט נראה, שהם סותרים זה את זה, אבל על דרך הסוד הם אמת וצדק. כתבתי למעלה כי ה' נתן את התורה לאדם ישראל בגדר אשה, אשה הרוחני, וצריך האדם להוליד עם התורה בנים, זו מצוות, מעשים טובים, וזה ידוע, כי יש שלושה שותפים באדם: הקדוש ברוך הוא ואביו ואמו. הנשמה היא חלק אלהי ממעל, והגוף חלק מן האב והאם מטפה סרוחה ומדם הנדה. והילד כשהוא יוצא מבטן אמו לאור העולם הוא בא עם כל התאוות, כי זה. ירש מאבותיו, לפי שהוא נולד מן כח התאוה וזה שכתוב לפתח חטאת רובץ ואליך תשוקתו ואתה תמשול בו (בראשית). ויש לאדם מלחמת היצר כל ימי חיוו וזה רמז בתורה (קדושים) איש אמו ואביו תראו כי קדוש אני ה' אלהיכם. ועתה נבין את הרמז על כן יעזב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו והיו לבשר אחד, יעזב איש את החלק אשר נתנו לו אביו ואמו, כלומר כל התאוות אשר האדם ירש מאבותיו, יעזב את המידות הרעות, אבל באמת הוא צריך לכבד את אביו ואת אמו, אבל יעזב את התאוות שהוא ירש מבטן אמו. וזה רמז בתורה, איש אמו ואביו תראו, מן התאוות, מידות רעות מצד הגוף שהוא נברא מן התאוה, אבל מצד הנשמה אמר הקדוש ברוך הוא אל משה: דבר אל כל עדת בני ישראל ואמרת אליהם קדושים תהיו כי קדוש אני ה׳ אלהיכם, כי הנשמה חלק אלהי, אבל הגוף שהוא בא מן אביו ואמו תראו

די תורה זאגט ביי אדם מיט חוה, אז דער מענטש זאל פארלאזען זיינע עלטערן און זיך באהעפטען צוו זיין ווייב. דאס מיינט, אז דער מאן דארף שפייזען זיין ווייב מיט די קינדער. ביי מתן תורה האט גאט געזאגט כבד את אביך ואת אמך, דא שרייבט די תורה צו פארלאזען די עלטערען און דא הייסט די תורה אפּגעבען כבוד די עלטערען. ווי קען זיין ביידע זאכען צוזאמען? נאר דאס איז באוואוסט, אז דער מענטש איז געבארען פון דריי שותפים: גאט און דער פאטער און די מוטער. די נשמה גיט גאט, דער גוף קומט פון די עלטערען. דער יצר הרע מיט אלע תאוות, שלעכטע מידות דאס קומט פון די עלטערען, ווייל דער מענטש איז געבארען פון תאוה. דאס מיינט די תורה: פארלאז דיינע עלטערען, דעם חלק שלעכטס פון די עלטערען, די מירות רעות זאל דער מענטש פארלאזען. אבער דער אמת איז, אז מען דארף אפּגעבען די עלטערען גרויס כבוד, מען דארף עלטערען ניט פארלאזען, דאס איז די גרעסטע עבירה צו פארלאזען די עלטערען. די תורה הייסט פארלאזען די שלעכטע מידות פון דעם גוף וואס עס קומט פון די עלטערען. גאט זאגט, איהר זאלט זיין הייליג, ווייל איך בין הייליג. מיין חלק, די נשמה, וואס זי קומט פון כסא הכבוד, זאל זיין הייליג, דער מענטש זאל זיך באהעפטען צו זיין ווייב צו דער תורה. די ווייב הרוחני ער זאל האבען קינדער מיט דער תורה מצוות מעשים טובים.