השארת הנפש חלק הקרבנות פרק ד

השארת הנפש חלק הקרבנות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט
צוריק צום ספר השארת הנפש


דרייסיג מאל איז געשריבען אין דער תורה ביי די קרבנות אשה ריח ניחח לה', א נחת רוח צו גאט. עס קוקט אויס, אז ביי גאט איז דער קרבן געווען טייערער פון אלע מצות, ווייל ביי אנדערע מצות איז ניט געשריבען אין דער תורה אשה ריח ניחח לה'. שבת, תפלין, ציצית, צדקה, כיבוד אב ואם, גמילות-חסדים, תלמוד-תורה, אלע די גרעסטע מצות איז ניטא די ווערטער אשה ריח ניחח לה' נאר ביי דעם קרבן.

יעצט מיינע טייערע ברידער לאמיר פארשטיין פאר וואס האט גאט אפּגעגעבען אזא גרויסען כבוד, געמאכט אזא פּאראד פון דער מצוה צו מקריב זיין א קרבן. גאט פאנגט אן צו רעדען אין ספר ויקרא, אדם כי יקריב קרבן לה'. 22 מאל דערמאנט ער אלץ צו משה וועגען די קרבנות. 30 מאל שרייבט די תורה דעם נחת רוח צו גאט אשה ריח ניחח לה'. מען האט געמאכט מעהר פּאראד מיט דער מצוה ווי מיט אלע אנדערע טצות, ווי : שבת, תפלין, ציצית, מילה. צדקה, פסח, שבועות, סוכות, יום-כפור. ביי די גרעסטע מצות איז ניטא די ווערטער אשה ריח ניחח לה', א נחת רוח צו גאט. און גאט האט געהייסען מען זאל א קרבן ברענגען אום ראש חודש ווען די לבנה טוט זיך באנייען, חטאת לה'.

אז א מענטש וועט ברענגען א קרבן צו גאט, זאל דאס זיין פון אייגענע ניט קיין גזל. זאג צו אהרן מיט זיינע קינדער דאס זיינען די דינים פון דעם קרבן עלה, אז א נפש וועט מקריב זיין א קרבן מנחה וואס גאט האט געזאגט צו משה בהר סיני חקת עולם אויף דורות צו פארזאגען צו די בני ישראל צו מקריב זיין קרבנות צו גאט. ווען דער כהן דער געזאלבטער וועט טאן א זינד צו די שולד פון פאלק דאס מיינט א חילול השם, ער דארף זיין גוט און פרום צו גאט און צו לייטען מען זאל זיך פון איהם אפּלערנען צו טאן גוטעס מיט גאט און מיט לייטען, ווייל ער איז דער לערנער פון דעם פאלק – דארף ער ברענגען א קרבן א זכר תמים ער זאל טאן תשובה וועט איהם פארגעבען ווערען.

מיינע ברידער ווי גרויס איז דער כח פון די קרבנות אז די מיתת צדיקים איז מכפר אויף דעם דור אזוי ווי די קרבנות. אויך ביי דעם קרבן שטיין די ווערטער אשה ריח ניחח לה'. א נחת רות צו גאט מער ווי אלע מצות. פאר וואס זיינען געווארען בטל אלע קרבנות? זאגען די חכמים, אז די תפלות איז במקום קרבנות. אבער מיר ווייסען אז די תפלות האבען מתקן געווען די אבות הקדושים, אברהם - שחרית, יצחק - מנחה, יעקב - מעריב, זיי האבען געדאווענט פריער פאר דער תורה פאר די קרבנות, און אויב מיר מיינען אז מיר קענען מיט דעם זאגען, מיט ווערטער, טאן מצות מיט דעם זאגען אליין, האט גאט באשאפען אין הימעל א ישיבה פאר די מלאכים מיט די נשמות, מען לערענט דארט בעסער ווי אין דעם עולם התחתון. גאט האט געוואלט אז די מענמשען זאלען לערנען די תורה מיט אלע דינים ווי צו טאן די מצות בפועל במעשה, מצות עשה מיט אלע אברים. רמ"ח מצות עשה אזוי פיעל וויפיעל אברים עס איז פאראן ביי דעם מענטשען. די חכמים זאגען אין (פרקי-אבות) ולא המדרש עיקר אלא המעשה. על פי חוקי התורה, דאס זאגט שלמה בן דוד אין (קהלת) אדם לעמל יולד, דער מענטש איז געבוירען געווארען צו מאטערען זיך אין דער תורה, זאגט דער ווילנער גאון ר' אליהו ז"ל אז דער ווארט עמל איז א נוטריקון על מנת לעשות, אז די מצות דארף מען טאן, מיט דעם זאגען איז מען ניט יוצא. די תורה זאגט אין (אחרי מות) ושמרתם את חקתי ואת משפטי אשר יעשה אתם האדם וחי בהם אני ה'. איהר זאלט היטען מיינע געזעצע און מיינע משפטים וואס דער מענטש וועט זיי טאן וועט ער לעבען מיט זיי. איך גאט פארלאנג דאס פון דעם מענטשען צו טאן די אלע מצות. לערנען די תורה און ניט טאן האב איך די ישיבה של מעלה אין הימעל מלאכים נשמות צו לערנען. איך האב באשאפען די וועלט מיט די מענטשען צו לערנען און צו טאן, עס רופט זיך די וועלט עולם המעשה אשר ברא אלהים לעשות, בלייבט אלץ די קשיה פאר וואס האט גאט געמאכט בטל די קרבנות די מצות עשה וואס איז פאר גאט א נחת רוח. ביי קיין מצוה איז ניטא דער ווארט נחת רוח פאר גאט און ביי קרבנות איז 30 מאל געשריבען אין דער תורה אשה ריח ניחח לה', פאר וואס זשע איז געווארען בטל קרבנות?