הגדה:ספורי נפלאות עננים

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות פון די עננים

(י"ט) די וואלקנס: ווי הקב"ה האט די ישראל אויס[1] מצרים געפירט, האט ער זיי געפירט מיט זעקס ענני כבוד, פיר וואלקנס איז געווען אויף אלע פיר זייטן, און איינער איבער זיי, געשטיצט פון זון און רעגן. און איין וואלקן וואס איז געגאנגען גאנץ פארויס, ווי עס איז געווען עפעס א בארג, האט דער וואלקן נידריק געמאכט, און אן טיף ארט, איז הויך געווארן, כדי די יידן זאלן קענען גיין בדרך הישר אן מי און ארבעט.
אויך דער וואלקן אויסגעהארגעט אלע נחשים ועקרבים וואס איז געווען אויך דעם וועג.

אין תרגום יונתן שטייט, אז הקב"ה האט אין דער נאכט אלע יידן אהין געבראכט אין איין רגע קיין ירושלים, אויף די וואלקנס, און האבן געגעסן זייער קרבן פסח, און נאך דעם האט זיי ווידער די וואלקנס צוריקגעברענגט אין איין רגע. אויף דעם זאגט דעם פסוק ואשר אתכם על כנפי נשרים.

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. אויס = מתוך.