הגדה:ספורי נפלאות מילה און קרבן פסח

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות מילה און קרבן פסח

(יח) די יידן זענען דעמאלסט נאך נישט ראוי געווען צו די גאולה, אזוי האט הקב"ה זיי געגעבן צוויי מצוות, דהיינו מצות פסח און מצות מילה, כדי דורך דעם זכות פון די צוויי מצות, זאלן זיי קענען אצינד אויסגעלייזט ווערן.
עס איז אבער געווען פיל פון די ישראל, וואס האבן זיך נישט געוואלט לאזן מל זיין. האט הקב"ה געלאזט ווייען[1] א ווינט פון אלע פיר עקן פון דער וועלט, און דער ווינט האט ארויסגעברענגט א שמעק פון גן עדן, האט זיך דער שמעק באהאפט אויף דעם קורבן פסח פון משהן, האט זיך דער גוטער שמעק צעשפרייט און דעם גאנצן לאנד-מצרים, און די יידן האבן אים געבעטן, ער זאל זיי געבן עפעס טועם צו זיין פון זיין קורבן פסח, מחמת וואס זיי האבן נישט געקענט אויסהאלטן, דעם גוטן שמעק.
האט משה צו זיי געזאגט: דער וואס איז נישט געמלת, דער טאר נישט עסן פון א קורבן פסח, אזוי האבן זיך אלע געלאזט מל זיין. אזוי האט זיך אויסגעמישט דאס דם הפסח מיט דעם דם המילה, אזוי ווי דער פסוק זאגט ואראה אותך מתבוססת בדמיך ואומר לך וגו.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. ווייען = בלאזן = נשוב.