הגדה:ספורי נפלאות ים סוף

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות פון קריעת ים סוף

(כ) ניסי הים: השם יתברך האט געוואלט די יידן נסים באווייזן ביים ים, אזוי האט פרעה גרויס חרטה געהאט, ווייל ער האט די יידן פון זיך אוועקגעשיקט, און אלע מצריים האבן מיט אים מסכים געווען. אזוי האבן אלע אנגעהויבן צו שרייען: וואס האבן מיר געטאן, וואס מיר די יידן פריי געשיקט פון אונזער ארבעט. אזוי האט פרעה צוזאמען גענומען זיין גאנץ פאלק, אזוי פיל וואס קעגן איין ייד איז געווען דרייסיק מצריים, און האבן נאך געיאגט די ישראל, האבן זיי די יידן געטראפן ביים ים. האט השם יתברך געשטעלט דעם עמוד ענן הינטער די יידן, כדי אלע פיילן און שטיינער וואס די מצריים האבן אויף ישראל געווארפן, האט אלעס דער עמוד ענן פארנומען.
ווי די יידן האבן געזען די מצריים אזוי פיל פאלק ווי דער זאמד פון ים, האבן זיי געזען, אז זיי זענען אין א גרויסע צרה, ווייל פון אלע פיר זייטן זענען געווען באלאגערט, פון פראנט דעם ים, און פון הינטן האט דעם שונא געיאגט, און פון ביידע זייטן איז געווען מדבר מיט חיות רעות. אזוי האבן די יידן אויפגעהויבן זייער אויגן קעגן הימל, האבן זיי ווידער געזען ווי דער שר פון מצרים ציט פארויס פאר די מצריים, כדי זיי צו העלפן. ווען זיי האבן געזען, אז זיי זענען אין אזוי א גרויסע צרה, האבן זיי דערהייבן זייער פנים קעגן הימל, און האבן געשריגן אלהינו שהשמים העלף אונז פון דער צרה. האט הקב"ה געזאגט: דאס האב איך געוואלט הערן פון אייך, ווייל השי"ת איז זייער מתאוה לתפילת ישראל.

(כא) איז דעמאלט געווען א גרויסער קיטרוג אויף די יידן אין הימל, וואס עוזא דער שר פון מצריים, האט אויף די יידן מקטרג געווען. און צום סוף, ווען ער האט נישט געפועלט[1], האט ער שר "עוזא" געזאגט: רבונו של עולם אפילו אז די מצריים קומען זיי אין ים צו פארזינקען, פארט דארפסט דו אויף זיי רחמנות האבן, מיט דיין מדה פון רחמים. אין דער שעה, האט דער מלאך גבריאל גענומען א ציגל פון ליים, און האר געזאגט: רבונו של עולם געדענק נאר די שווערע ארבעט וואס די מצריים האבן געארבעט מיט דיינע קינדער ישראל, און ווען זיי האבן פארפעלט פון צו ענדיקן דעם צאל פון די ציגל, האבן זיי גענומען די יידישע קינדער, און האבן זיי איינגמויערט אין בנין אנשטאט די ציגל. אויף אזוי א בארבאריש פאלק וועסט דו רחמנות האבן? אזוי איז דער פסק דין ארויסגעגאנגען, די מצריים פארזינקען אין ים.

(כב) ווי די יידן האבן אנגעהויבן אין ים אריינצוגיין, האט משה רבינו אויפגעהויבן דעם שטעקן קעגן ים, אזוי האט זיך דער ים געשפאלטן, אזוי ווי צוויי מויערן, לינקס און רעכטס. און דער מלאך גבריאל איז זיי אין ים געגאנגען. האט דער מלאך גבריאל אויסגערופן פאר די יידן, אין דער רעכטער זייט: זייט געהיט, די ישראל קיין שום שלעכטס צו טון, ווייל זיי זענען אנגעגרייט מקבל זיין די תורה פון דער רעכטער האנט פון הקב"ה, אזוי ווי עס איז געשריבן מימינו אש דת למו. און אין דער לינקער זייט האט ער אויסגערופן: זייט געהיט, די ישראל קיין שום שלעכטס צו טון, ווייל זיי זענען אנגעגרייט תפילין צו לייגן אויף זייער לינקע האנט. און פראנט, פארויס האט ער ווידער אויסגערופן: זייט געהיט, אויף דאס פאלק די ישראל קיין שום שלעכטס צו טון, וואס זיי זענען געחתמת מיט דעם חותם פון ברית מילה. און ווידער הינטער האט ער אויסגערופן: זייט געהיט, די ישראל קיין שום שלעכטס צו טון, ווייל זיי וועלן מקיים זיין די מצוה פון ציצית אויף אלע זייער פיר זייטן.

(כג) צען נסי הים: צען נסים איז די יידן געשען ביים ים: א) האט זיך דער ים פאר זייערעט וועגן געשפאלטן. ב) האט זיך דאס וואסער געבויט אזוי ווי אן אהל געצעלט, און די ישראל זענען דארט געגאנגען. ג) איז געווארן דער באדן פון ים גאנץ טרוקן אן קיין ליים. ד) און דער באדן וואס די מצריים זעזען געשטאנען, איז געווארן א טיפער לייט, וואס די מצריים זענען דארט פארזינקען. ה) דאס טרוקן וואסער נישט געווען איין שטיק, נאר א סאך קליינטשיקע שטיקעלעך, ווי א הויז ציגל, איינגעארדנט איינער לעבן דעם צווייטן. ו) דאס טרוקן וואסער, איז אזוי הארט געווארן ווי שטיין פעלדזן. ז) דער ים האט זיך געטיילט אויף צוועלף חלקים, כדי יעדער שבט זאל קענען דורכגיין, יעדערער, אין א באזונדערן ארט. ח) דאס וואסער וואס איז פארהארטעוועט געווארן, איז אזוי לויטער געווען ווי קריסטאל שיין, כדי די אלע שבטים זאלן קענען איינער דעם אנדערן זען, ווייל דער עמוד האש האט זיי דארטן געלויכטן. ט) פון מיטן דעם געגליווערטן וואסער איז ארויסגערונען פיינע קוואל וואסער, כדי זיי זאלן האבן וואסער צו טרינקען. י) און דאס איבעריק וואסער וואס האט ארויסגערונען, איז צוריק פארהארטעוועט געווארן.

(כד) ווי עס איז געווען באשמורת הבקר האט הקב"ה צו זיי געשיקט דעם עמוד האש און דעם עמוד הענן, דער עמוד הענן האט געמאכט די ערד א ליימיקע, און דער עמוד האש האט דעם ליים זייער הייס געמאכט, וואס פון דעם זענען די קלויען פון די פערד אראפגעפאלן, און די רעדער פון זייער רייטוועגענער זענען ארויסגעפאלן. האבן די מצריים געמוזט אליין די וועגענער ציען, און דערצו האט עס האט זיי געווארפן ארויף און אראפ, ביז זייערע אלע אברים זענען זיי צעבראכן געווארן. ווי די מצריים האבן געזען זייערע צרות און פיין, האבן זיי געזאגט: לאמיר אנטלויפן פון זיי, ווייל זייער גאט טוט פאר זייערעט וועגן מלחמה האלטן, האט הקב"ה געמאכט אז די כוואליעס פון ים זאלן אויסזען ווי פערד נקיבות, אזוי זענען די פערד זכרים פון די מצריים געלאפן אין ים אריין, ביז זיי האבן די אלע מצריים דארט פארזונקען אין ים.

(כה) די מצריים זענען נישט באלד געשטארבן אין ים, נאר השי"ת האט זיי כח געגעבן אז זיי זאלן אזוי לעבן, כדי זיי זאלן לאנג יסורים ליידן.
(כו) צווישן די מצריים איז געווען צוויי גרויסע מכשפים "יוחני און ממרא" האבן זיי זיך געמאכט פייגל מיט כישוף, און זענען געפלויגן באויר. האט הקב"ה געזאגט צום מלאך גבריאל: זַיי דן זֵיי ווי קומט צו זֵיי. האט ער זיי באגריפן[2] אויף דעם האר פון קאפ, און האט זיי אראפגעווארפן אין טיפעניש פון ים.

(כז) השם יתברך האט געוואלט מפרסם מאכן דעם נס פון ים אויף דעם גאנצן וועלט, אזוי האבן זיך אלע וואסער פון דעם גאנצן וועלט דורכגעשפאלטן, אפילו דאס וואסער וואס איז געווען אין די הייף, און אלע ברונעמער-וואסער, האבן זיך געשפאלטן. און דאס וואסער פון ים איז צוריקגעגאנגען, זענען אויך אלע וואסער פון דעם וועלט צוריקגעגאנגען, אזוי האבן צו די אלע מענטשן פון דעם וועלט איז געוואויר געווארן פון דעם גרויסן נס פון ים וואס השי"ת האט געטאן פאר ישראל.
און אין דער רגע וואס דער לעצטער פון ישראל איז ארויסגעגאנגען פון ים, איז דער לעצטער פון די מצריים אריינגעקומען אין ים. באטראכט נאר די אפנבארע[3] השגחה פון דעם בורא עולם אויף זיי פאלק ישראל.

(כח) נאך דעם ואס דער ים האט אלע מצריים פארזונקען, האט ווידער דער ים די אלע מצריים ארויסגעווארפן אויף דעם בארטן פון ים, דארט ווי ישראל זיינען געווען, דאס האט השי"ת געטאן וועגן דריי טעמים. דער ערשטער טעם: כדי די ישראל זאלן נישט זאגן: אזוי גוט ווי מיר זענען אלע ארויסגעגאנגען פון דעם ים אויף דער זייט, אזוי אויך די מצריים ארויסגעגאנגען אויף אן אנדער זייט. דער צווייטער טעם: כדי די ישראל זאלן קענען פון די מצריים אראפנעמען דאס אלע גאלד, און אבנים טובות, וואס זיי זענען געגאנגען אנגעטאן. דער דריטער טעם איז: כדי די ישראל זאלן יעדערער דערקענען, דער מצרי האט מיך געפייניקט, און צרות געטאן, כדי זיי זאלן זען די נקמות פון זייערע שונאים.

(כט) אזוי גוט ווי אלע מצריים וואס זענען געווען ביים ים, זענען אלע געטויט געווארן, אזוי זענען אויך די אלע מצריים וואס זענען אין דער היים געבליבן, אויסגעשטארבן. וואס עס איז קיין איינציקער פון זיי איבערגעבליבן, נאר פרעה אליין. כדי ער זאל קענען דערציילן אויף דער גאנצן וועלט פון די גבורות ונפלאות של הקב"ה. דער נאך איז פרעה געווארן א מלך אין דער שטאט נינוה. און בימי יונה הנביא ער האט זיי מחזיר למוטב געווען.

(ל) בשעת קריאת ים סוף, האט הקב"ה לעבעדיק געמאכט די אבות, אברהם, יצחק, ויעקב, און האט זיי געפירט צום ים, כדי זיי זאלן זען די שמחה פון זייערע קינדער, די ישראל.
דאס זעלבע האט אויך הקב"ה געטאן צו דוד המלך ע"ה, אין די צייט וואס שלמה המלך האט געוואלט ארייננעמען דעם ארון הקודש מיט די לוחות אין בית המקדש, האבן זיך די טויערן צוזאמען פארשלאסן, האט ער נישט געקענט אים ארייננעמען, האט שלמה המלך אויף דעם מתפלל געווען, און עס האט נישט געהאלפן, האט ער געהייסן דארט אהין ברענגען דעם ארון פון זיי פאטער דוד המלך, און האט געבעטן השי"ת, אז אין זיין זכות זאל ער נישט פארשעמט ווערן. האט השי"ת אויך לעבעדיק געמאכט דוד המלך אויף איין שעה, אזוי האבן זיך די טויערן פון בית המקדש אויף געמאכט, פאר זיין כבוד וועגן.

(לא) ווי די יידן זענען ארויסגעגאנגען פון ים, די מלאכי השרת געוואלט שירה זאגן פאר הקב"ה, האט הקב"ה צו זיי געזאגט: לאזן פריער די ישראל שירה זאגן פאר אייך. און בשעת די ישראל האבן שירה געזאגט ביים ים, האבן די זייגענע קינדער די ברוסט פון מויל ארויסגעלאזט, און האבן אויך מיט שירה געזאגט, ווייל אויף אלע יידן האט דעמאלסט גערוט דער רוח הקודש.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. געפועלט = השיג את המבוקש, הצליח.
  2. באגריפן = געכאפט.
  3. אפנבארע השגחה = אפענע השגחה.