הגדה:ספורי נפלאות משה ואהרן

הגדת ספורי נפלאות: הקדמה - ספורי נפלאות פון דעם שטעקן - ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען - ספורי נפלאות פון די צען מכות - די נאכט נאך מכת בכורות - מילה און קרבן פסח - עננים - קריעת ים סוף - ניסי המדבר - סוף דבר


ספורי נפלאות פון משהן און אהרנען

(ג) ווען משה און אהרן זענען געגאנגען צו פרעהן, איז דארט געווען פיר הונדערט טויערן, איידער מען האט געקענט קומען צו דעם קענילעכן פאלאץ פון פרעהן. און ביי יעדן טויער, איז געווען "לייבן", און "בערן", און נאך אנדערע חוית רעות, און דאס אלעס איז געמאכט געווארן דורך כישוף, וואס קיין שום מענטש האט נישט געקענט דארט אריינקומען אן א דערלויבעניש פון מלך.
און ווען משה מיט אהרן זענען דארט אריינגעקומען, אזוי האבן די אלע חיות צוזאמענגעזאמלט, און האבן זיי ארומגערינגלט מיט גרויס שמחה, און האבן זיי באגלייט צו דעם טויער פון מלך. ווען משה מיט אהרן האבן געוואלט אריינגיין צו פרעהן, איז דארט געווען גערינגלט זעכציק גבורים מיט כלי זין, אזוי משה און אהרן זייער דערשראקן געווארן. איז צו זיי געקומען דער מלאך גבריאל און האט זיי אריינגעפירט. ווען זיי זענען געקומען פאר דעם טויער פון מלך, איז דארט ווידער געווען צוויי לייבן אנגעבונדן מיט קייטן, האט משה אויפגעהויבן זיין שטעקן אויף זיי, און זענען זיי אויפגעבינדן געווארן, און די צוויי לייבן זענען נאך משה ואהרן מיטגעגאנגען מיט גרויס שמחה, אזוי ווי א הונט פרייט זיך ווען ער זעט זיין הער קומט פון גאס.
ווי פרעה האט זיי געזען דער ווייטענס שטיין, האט ער זיך זייער פארוואונדערט, און איז זייער דערשראקן געווארן, און פיל פון די "שומרי הפתח" האט ער געלאזט הארגענען, פארוואס זיי האבן די צוויי אריינגעלאזט אן דערלויבעניש. דעמאלסט איז גראד[1] געווען דעם געבורטסטאג[2] פון פרעהן, איז אויף דעם טאג ביי אים געווען פיל אנדערע מלכים, וואס האבן אים באקרוינט[3]. האט מען געזאגט פרעהן, צוויי זקנים שטייען אצינד[4] ביי דעם טויער, וואס ווילן פאר דיר קומען. האט פרעה געזאגט, אז זיי האבן קיין קרוינען מיט זיך, זאלן זיי נישט אצינד אריינקומען, אף על פי כן זענען זיי זעלבסט אריינגעקומען[5].

לבנון צעדערבוים.
די הייך פון זיי אזוי ווי לבנון צעדערבוים. זע אין ארז הלבנון


איז פרעה געזעסן אויף זיין קעניגלעכער שטול, בכבוד גדול, און אלע מלכים זענען געזעסן לינקס און רעכטס. ווי משה מיט אהרנען זענען פאר זיי געקומען, האבן זיי געזען, דאס זייער געשטאלט איז גלייך צו מלאכי השרת, די הייך פון זיי אזוי ווי לבנון צעדערבוים[6], און זייערע אויגן איז גלייך געווען צו דעם גלגל חמה, און דאס געשטאלט פון זייער פנים, איז אזוי געווען ווי די זון. און דער דבור פון זייער מויל, אזוי ווי פלאם פייער. דאס קול פון משה איז געהערט געווארן ביז פערציק מיילן[7] ווייט, און גאטס שטעקן איז געווען אין האנט פון משהן, וואס דער שם המפורש איז דארט געווען אויסגעקריצט, אזוי איז אויף אלע מלכים, און אויך אויף פרעהן געפאלן א גרויס פחד, און א גרויסע ציטערניש. האבן די אלע מלכים אראפגענומען זייערע קרוינען פון זייער קאפ, און האבן זיל געבוקט צו משהן אן אהרנען.

(ד) האט פרעה זיי געפרעגט: וואס פארלאנגט איר? האבן זיי אים געזאגט: דער גאט פון די יידן האט אונז צו דער געשיקט, דאס דו זאלסט זיין פאלק די ישראל, פון דיר פריי שיקן, האט פרעה צו זיי געזאגט: איך האב געזוכט אין מיין בוך וואס אלע געטער זענען איינגעשריבן, און עס געפינט זיך דארט גאר נישט דער נאמען פון אייער גאט. האט משה צו אים געזאגט: דו שוטה, די אלע געטער וואס דארט שטייט איינגעשריבן, די זענען שוין פון לאנג געשטארבן, אבער אונזער גאט ברוך הוא וברוך שמו, איז ,חי וקים לעד", וואס ער איז דער מלך פון דער גאנצער וועלט.
אין דער צייט האט פרעהן געדארפט צו גיין לגדולים, ווי ער איז אין בית הכסא געגאנגען, איז צו אים געקומען צוועלף עכברים, און האבן אים געביסן פון אלע זייטן, ביז ער האט אנגעפאנגען צו שרייען, דאס אלע מלכים האבן געהערט זיין געשריי. אף על פי כן האט פרעה זיך געשטארקט און האט זיך צוריק געזעצט אויף זיין קעניגלעכער שטול. און האט געזאגט צו משהן און אהרנען: איך ווייס גאר נישט, און קאן גאר נישט געדענקען גאט, און איך וועל די יידן נישט אוועקשיקן.

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. גראד = בדיוק עכשיו.
  2. געבורטסטאג = געבוירנטאג.
  3. באקרוינען = קרוינען = טיטולירן = הכתר.
  4. אצינד = אצינדער = יעצט = איצט.
  5. זענען זיי זעלבסט אריינגעקומען = הכניסו את עצמם.
  6. לבנון צעדערבוים = ארז הלבנון.
  7. מייל = מיל. מיילן = מילים.