אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


בעזרת השם יתברך

יום ראשון לסדר נצבים וילך ה' תשל"ה

שלום וברכה לידיד נפשי הבחור היקר לי מאד, נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה, זכותו יגן עלינו ... נרו יאיר ויזרח.

איך קום דיר מבשר זיין א בשורה טובה דאס ברוך השם עס האט זיך אפגעזוכט די אבידה, דיין באנק האט מיר געשיקט אן אנדערן טשעק, ברוך השם וואס ער האט ביז יעצט געהאלפן און די הדפסה האט נישט קיין שאדן, טייערער ברודער יעצט איז די טעג פון אלול, וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן פ"ח): דאס עס זוכט זיך אפ די אבידות, אויך זאגט דער הייליגער רבי (שם חלק א' סימן קפ"ח): דאס אלע אבידות זענען ביים צדיק, איבער דעם לאמיר זיך פארנעמען פון דאסניי מקורב ווערן צום הייליגן רבין, און מקיים זיין זיינע הייליגע עצות, ובפרטיות רעדן מיט השם יתברך אלע טאג, און אויסדערציילן בפרטי פרטיות אונזער הארץ פאר השם יתברך, ועל כולם דארף מען זיך זייער זייער שטארקן מיט מצוות השמחה דאס שלא עשני גוי, און אויך מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסן רבין.

ברודער הארציגער שטארק זיך זייער און זיי פריילעך, סוף כל סוף וועט דיר השם יתברך אויך העלפן און די וועסט, אם ירצה השם, אנקומען אויפן הייליגן רבינ'ס ציון, און זאלסט וויסן דאס גאט ברוך הוא פירט די וועלט מיט השגחה פרטי פרטיות און (חולין ז:): אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אין כן מכריזין עליו מלמעלה, א מענטש צעקלאפט נישט זיין קליינעם פינגער נאר אויב מען רופט אויס פון אויבן, לייג זיך אריין אין די אמונה הקדושה, צו וויסן אז עס איז בכלל נישט דא קיין שום מציאות אן השם יתברך, און ער פירט אלעס מיט א גרויסן חשבון, און אלעס איז שוין אנגעצייכנט אויבן, דעם טאג, דעם שעה, און די רגע ווען דו וועסט זיין אויפן הייליגן רבינס ציון, זארג גארנישט, דו וועסט אם ירצה השם אנקומען בשלום, און דו וועסט דארט פועלן אלץ וואס דו ווילסט, דער אייבערשטער וועט דיר שיקן א רפואה אויף די פוס, און ברמ"ח אבריך ושס"ה גידיך, נאר זיי פריילעך און לאז נישט צו ביי דיר די עצבות און מרירות, אפילו איין רגע ממש, אשרינו און פארט אשרינו אז מיר האבן אזא גרויסן רבין, וואס לערנט מיט אונז אזוינע הייליגע עצות און התחזקות.

ידידך...

איך פאר יעצט ארויס קיין ארץ ישראל, און נאכדעם וועל איך אם ירצה השם זיין ביים הייליגן רבינס ציון אין אומן, און איך וועל דיר דארטן מזכיר זיין לטובה.