אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


טייערער ברודער! פארוואס און אויף וואס ארויף דארפסטו אזוי אראפפאלן ביי זיך פון דיינע צרות און יסורים וואס גייען אדורך אויף דיר? פארוואס זאלסטו זיך נישט צוגעוואוינען צו רעדן מיט השי"ת? ער וועט דיר דאך זיכער אויסהערן, ווייל אויב דו ביסט זוכה גוט אריינצוטראכטן, זעהסטו קלאר אז אלעס אויף דער וועלט איז נאר געטליכקייט, און אלעס ווערט געפירט מיט זיין השגחה פרטית. דערפאר איז דאך בעסער פאר דיר צו קומען צו אים מיט דיינע אלע צרות און ביטערניש, ווייל א מענטש, א בשר ודם, וועט דיר ממילא נישט פארשטיין. דערפאר אנטלויף יעצט צו השי"ת און דערצייל נאר פאר איהם דיין גאנצע הארץ און אלעס וואס גייט דיר אדורך. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות פ"ט הלכה ה'): ווען ס'קומט אויפן מענטש א צרה, זאל ער נישט שרייען צו מלאך מיכא-ל און נישט צו מלאך גבריא-ל, נאר צו הקב"ה אליין, און ער וועט אים זיכער ענטפערן. דערפאר דארפסטו נישט אזוי אראפפאלן פון יעדע זאך, נאר געוויין זיך צו קומען שטענדיג צו איהם און ער וועט דיר ענטפערן מיט רחמנות און ליבשאפט, אפי' דו דארפסט ווארטן ביז מ'העלפט דיר פון הימל. וואס איז? ווי מער סבלנות, געדולד און בטחון דו וועסט האבן ביי דיין תפילה, וועסטו זוכה זיין ס'זאל אנקומען נאך א שענערע ישועה פון דאס וואס דו האסט געטראכט.

ברודער טייערער! געדענק אז אלע צרות און יסורים וואס גייען אדורך אויף דיר זענען נאר פשוט ווייל ס'פעלט דיר די ריכטיגע דעת, ווייל דורך די אלע זאכן וואס צומישן דיך אינגאנצן האסטו פארלוירן דעם קלארן דעת, דו האסט פארגעסן פונעם בורא כל עולמים וואס נאר דאס ווערט אנגערופן דעת אזוי ווי ס'שטייט (דברים ד'): "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעֲת כִּי השם הוּא הָאֱלֹקִים אֵין עוֹד מִלְבַדוֹ", דו ביסט געוויזן געווארן בשעת קבלת התורה אז דער אייבערשטער ער איז דער ג-ט וואס געוועלטיגט איבער אלעס, ס'איז נישט דא נאך איינער אויסער איהם. און וועגן דעם פילט דער מענטש זיינע צרות און יסורים ווייל ווען ער וועט אמת'דיג טיף אריינטראכטן וועט ער זען, אז אלע צרות און יסורים איז נאר ווייל ס'פעלט אים דעם ריכטיגן דעת און ער טראכט אז ס'איז דא א מציאות פון טבע, און ער מיינט אז עס קומט פון זיך אליין וואס פון דעם ליידט ער זיינע צרות און יסורים ווייל ער ווייסט נישט אז אלעס איז מיט די וואונדערלעכע השגחה פון השם יתברך וואס פירט אלעס, און דאס איז די עיקר טומאה ווען ער פאלט אריין אונטער די טבע וואס דאס איז חסרון הדעת וואס דעמאלטס פילט ער די ווייטאג פון זיינע צרות און ער איז צוקלאפט און צובראכן.

אבער אויב ער איז זוכה אפצומאכן זיין דעת און ער ווייסט קלאר און דייטליך אז עס איז נישטא קיין שום מציאות אן השם יתברך, און אלעס אויף דער וועלט איז נאר געטליכקייט נאר דער אייבערשטער האט זיך באהאלטן אין די זאכן וואס מיר זעען פאר אונזערע אויגן און ער ווייסט אז אין יעדן קליינעם ריר וואס רירט זיך אויף דער וועלט איז דארטן דער בורא כל עולמים, דעמאלסט דווקא וועט ער זוכה זיין ס'זאל אים אלעס איבערגעדרייט ווערן צום גוטן און ער וועט נאר זען ישועות מיט חסדים.