אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


ליבער ברודער! דו דארפסט וויסן אז ווען דער אייבערשטער שיקט אויפן מענטש יסורים ח"ו, אדער ווען דו זעהסט א צווייטנס צרות און פראבלעמען, דארפסטו גוט וויסן אז די גאנצע כוונה פונעם אייבערשטן איז נאר דיך צו דערוועקן זאלסט צוריקקומען צו אים, אבער דו דארפסט געדענקען אז אויף די וועלט האט דער מענטש שטענדיג א בחירה צו ער זאל טוען גוטס אדער נישט, ביז צומאל טוט זיך דער בעל דבר שטארקן דורך דעם דווקא צו צוברעכן דעם מענטש מיט מרה שחורה און עצבות ביז ער פאלט דורך דעם מער אראפ. וועגן דעם דארף מען זיך שטארקן א יעדע מאל ווען ס'קומט אויפן מענטש א יראה און א פחד פון צרות ויסורים, סיי פון זיינע אייגענע, סיי וואס גייט דורך אויף אנדערע, זאל ער זען אז די יראה זאל זיין נאר צום גוטן אז ער זאל מורא האבן פון השם יתברך און ער זאל נאר צוריקקומען צו אים. דאס מיינט אז ער זאל זייער נזהר זיין אז וויבאלד זיינע מחשבות ווילן איהם נאר מחליש דעת זיין און אים מער אראפווארפן, דורך דעם וואס ער וועט אראפפאלן ביי זיך פון די צרות וואס גייען דורך אויף אים אדער אויף אנדערע, דארף ער זיך גלייך שטארקן קעגן דעם און ער זאל זיך מחזק זיין מיט די אלע וועגן פון התחזקות וואס די אמת'ע צדיקים פון יעדן דור און דור האבן אונז מחזק געווען. און דעמאלסט וועט זיין די יראה נאר צום גוטן, אז ער וועט נאר מורא האבן פון השם יתברך אליין און דווקא דורך דעם וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו אמת'ער תשובה און צו גרויס שמחה.

דארפסט וויסן אז יעדן טאג שיקט דער אייבערשטער נייע ישועות צו ראטעווען דעם מענטש פון וואס ער דארף געראטעוועט ווערן. דערפאר דארף מען זיך אינגאנצן נישט מבלבל זיין פון איין טאג צום צווייטן, ווייל ווער ווייסט ווי גרויס איז די נייע ישועה וואס דער אייבערשטער גייט דיר שיקן דעם היינטיגן טאג? אויב אזוי, פארוואס דארפסטו זיך אזוי זארגן? עס איז טאקע אמת אז ביז נעכטן איז דיר דורך געגאנגען אלע מיני צרות מיט יסורים וכו', אבער וואס ווייסטו וואספארא נייע ישועות וועלן קומען אויף דיר היינט, אויב דו וועסט אויסדרייען דיין פנים צו השי"ת און דו וועסט פארגעסן פון דיין גאנצע פארגאנגענהייט? דערפאר, מיין געליבטער, טייערער ברודער! זיי נישט קיין בטלן, און הייב אן פון דאסניי און זאלסט שטענדיג אנטלויפן צו השי"ת און דעמאלסט וועסטו ארויפציען אויף דיר פון יעצט אן און ווייטער די זיסע ליכטיגקייט פון די שכינה אויף אייביג