אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


ברודער, ברודער! די הייליגע חכמים זאגן (ערכין טז:): א יעדער וואס ס'איז אים אדורך פערציג טעג אן קיין יסורים, האט ער שוין אפגענומען דא אויף די וועלט זיין גאנצע שכר פון עולם הבא. אויב אזוי, פארוואס דארפסטו זיך אזוי מצער זיין אויף די צרות און יסורים וואס גייען אדורך אויף דיר? דאס אלעס איז דאך נאר פאר דיין אייביגע טובה וועגן אז דו זאלסט גע'פטר'ט ווערן פון די אלע שווערע שטראפן וואס וואלטן געווען ראוי צו קומען אויף דיר. וועגן דעם זיי נישט אזוי צעבראכן פון אלעס וואס גייט דיר אדורך, און אזוי האבן די הייליגע חכמים געזאגט (מדרש שוחר טוב תהלים צ"ד): זע וואס איז דער וועג וואס ברענגט דעם מענטש צו חיי עולם הבא? דאס זענען די יסורים. און זיי האבן אויך געזאגט (שם): די יסורים זענען באליבט פאר הקדוש ברוך הוא ווייל דער נאמען פונעם אייבערשטן טוט רוען אויף וועמען די יסורים קומען, און אזוי אויך האבן זיי געזאגט (מדרש רבה פר' ויגש): דער אייבערשטער טוט נישט מייחד זיין, זיין נאמען אויף א מענטש ווי לאנג ער לעבט, נאר אויף בעלי יסורים, וועגן דעם ווען דו זעסט אז דו ביזט אזוי ארומגענומען פון אלע זייטן מיט צרות און ביטערניש און עניות ודחקות און דו ליידסט אזוי סאך, זע, מיין געליבטער ברודער, צו אנטלויפן צו השי"ת און זיי זיך אינגאנצן נישט מייאש. נאר פונקט פארקערט, גרייט זיך אן צו זיין א כלי אז די שכינה זאל רוען אויף דיר. ווייל אין די צייט ווען דו וועסט אננעמען אלע דיינע יסורים מיט ליבשאפט, וועט הקדוש ברוך הוא בכבודו ובעצמו רוען אויף דיר.

וועגן דעם וויל איך דיר פרעגן: איז דען נישט ווערט אלע יסורים און אלע שווערע איבערגייענישן וואס דורך דעם וועסטו זיין א כלי אז די שכינה זאל רוען אויף דיר און דו וועסט זוכה זיין צו באלייכטן דיין נשמה מיט די ליכטיגקייט און געוואלדיגע זיסקייט פונעם אייבערשטן? און חכמינו ז"ל זאגן (ילקוט איוב רמז תתק"ח): ווען איוב וואלט נישט געהאט טענות אויף השי"ת ווען ס'איז געקומען אויף אים די יסורים, וואלט מען יעצט געזאגט ביי שמונה עשרה, אלקי איוב, אזוי ווי מען זאגט אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב, נאר ער האט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און האט געהאט טענות אויפן אייבערשטן, דערפאר האט ער פארלוירן סיי די וועלט און סיי יענע וועלט.